וואשינגטאן – אמעריקאנער נעווי באאמטע זאגן אז די "יו-עס-עס מעקעין" שיף האט געליטן פראבלעמען מיט אירע "סטירינג" מעכאניזם, וואס האט געברענגט אז די שיף קאפיטאנען האבן נישט געקענט קאנטראלירן די דירעקציע פון דער שיף, און דאס האט געפירט צום צוזאמשטויס אין די וואסערן נעבן סינגאפור. די נעווי פארשט דערווייל פארוואס די קאפיטאנען און זעלנער אויף דער שיף האבן נישט גענוצט קיין "בעקאפ" סיסטעם וואס איז געווען גרייט פאר זיי אויף דער שיף, און עטליכע באריכטן צייגן אז עס איז שטארק מעגליך אז בייזוויליגע העקערס פון א פיינטליכן לאנד, האבן זיך אריינבאקומען אין די קאנטראלירונג מעכאניזמען פון דער שיף דורך העקערייען, און האבן צוגעברענגט דעם צוזאמשטויס. באזונדער האט מען נעכטן געהערט אז זוכער האבן געטראפן קערפערליכע איבערבלייבענישן אין דער געשעדיגטער מיליטערישער שיף, וואס קומט ווארשיינליך פון די 10 זעלנער וועלכע זענען פארשוואונדן און פילייכט אומגעקומען.

בילד: נעווי שיף מעגליך געהעקט געווארן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל