נארט קאראליינע – א געוועזענער עלעקשאנס באאמטער אין נארט קאראליינע איז אנגעקלאגט געווארן דורך א גרענד דזשורי אין דורהאם קאונטי איבער דעם וואס ער האט שלעכט באהאנדלט אפגעגעבענע שטימען ביי א ספעציעלע פריימערי פארמעסט וועלכע איז פארגעקומען אין דער סטעיט אום מערץ יאר 16'. דער פארשוין ריטשארד ראבערט ראולינג, איז אנגעקלאגט געווארן נאכדעם וואס סטעיט אינספעקטארס האבן אנטדעקט זיין שווינדל ביי א רוטינעם אודיט אויף די פריימערי רעזולטאטן א מאנאט נאכדעם וואס דער פארמעסט איז אפגעהאלטן געווארן. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ראולינג האט זיך ארומגעשפילט מיט די מאשינען און האט אומלעגאל אריינגעשריבן דעם ציפער פון "פראוויזשינעל בעלאטס" (דאס הייסט שטימען וועלכע די אויטאריטעטן זענען דערווייל נישט זיכער צי זיי זענען לעגאלע און גוטע שטימען) אויף א וועג אז עס זאל זיין אייניג מיט'ן סך הכל ציפער פון וויפיל אפגעציילטע שטימען די עלעקשאנס באאמטע האבן געהאט, ווייל אויב וואלט עס געווען אנדערש, וואלט ער געדארפט אויספילן א גאנצן לאנגן באריכט.

בילד: שווינדלערישער עלעקשאן באאמטער געקלאגט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל