ווירדזשיניע – שטאטישע קאונסיל מיטגלידער אין שארלוטסוויל, ווירדזשיניע האבן נעכטן פאראייניגט באשטעטיגט א רעזאלוציע צו באדעקן צוויי מאנומענטן וועלכע באעהרן העלדן פון די קאנפעדערעיט שטאטן, מיט גרויסע שווארצע סחורה. שארלוטסוויל איז געווען די סצענע פונעם ראסיסטישן און אנטיסעמיטישן ראלי מיט איינס און א האלב וואך צוריק שבת, וועלכע האט זיך געענדיגט מיט א פאטאליטעט ווען א ווייסער נאציאנאליסט האט אראפגעקלאפט פילע ליבעראלע פראטעסטירער. נעכטן איז פארגעקומען א זיצונג פון שארלוטסוויל סיטי קאונסיל, און עס איז שנעל ארויס פון קאנטראל, ווען צענדליגער האבן געשטורעמט די סיטי קאונסיל קארידארן און געשריגן לאזונגען, פארלאנגענדיג אן ערקלערונג פון די שטאטישע באאמטע איבער וויאזוי זיי האבן צוגעלאזט די ראסיסטישע ראלי. פאליציי האבן ארויסגעשלעפט פילע פון די פראטעסטירער פון דער סיטי קאונסיל געביידע, און ביי דער ענדע פון דער זיצונג איז באשטעטיגט געווארן די רעזאלוציע, אז דערווייל וועט מען באדעקן די מאנומענטן, וועלכע זענען אין צענטער פונעם גאנצן שטורעם, ביז מען באשליסט צי מ'זאל עס גענצליך אראפנעמען.

בילד: שארלוטסוויל וועט באדעקן מאנומענטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל