ניו יארק – קאנגרעספרוי נידיא וועלאסקועז האט געמאלדן, אז זי וועט פארשלאגן א געזעץ אויסצוגעבן 50 מיליאן דאלאר אין פעדעראלע פאנדן צו באקעמפן האס–פארברעכנס אין ליכט פון די ווילדע נאציאנאליסטישע ראלי אין ווירדזשיניע מיט נאענט צו צוויי וואכן צוריק. וועלאסקועז, וועלכע וועט פארשלאגן דאס געזעץ ווי נאר קאנגרעס וועט זיין צוריק אין סעסיע נאך דער זומער וואקאציע, האט געזאגט אז דער פארשלאג וועט צושטעלן 50 מיליאן דאלאר צו באקעמפן האס פארברעכנס אין לאנד, אריינגערעכנט 15 מיליאן דאלאר פאר לאקאלע "לאו-ענפארסמענט" האס פארברעכן טרענירונגען. נאך 20 מיליאן דאלאר וועט גיין צו עפענען האס פארברעכן האטליינס וואס וועלן אנגעפירט ווערן דורך סטעיט און לאקאלע רעגירונגען מיט דער הילף פון קאמיוניטי גרופעס, וואס וועט פארגרינגערן דעם פראצעס פאר מענטשן צו באריכטן אויב זיי זענען געטראפן געווארן דורך די סארט פארברעכענס און העלפן דורכדעם באשטראפן די פארלעצער.

בילד: וועלאסקועז שלאגט פאר האס פארברעכן געזעץ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל