ניו יארק סיטי – די מאנאטליכע "ניו יארק מארקעט אפדעיט" איז נעכטן ערשינען מיט פילע אינטערעסאנטע סטאטיסטיקס איבער דעם ריעל עסטעיט צושטאנד אין ניו יארק סיטי, און איין זאך וואס האט ארויסגעשטארט פאר ריעל עסטעיט אינוועסטירער, איז געווען איבער'ן "מידטאון איסט" געגנט אין מאנהעטן, וועלכע איז אין די לעצטערע יארן אויסגעשטיגן אלס א הויפט אינטערעסע–פונקט פאר ריעל עסטעיט פראיעקטן. דער באריכט צייגט אז פון די צען גרויסע "בלאק ליעסעס" אין די מידטאון מאנהעטן געגנט, זענען אכט דערפון מערב פון די פינפטע עוועניו, וואס באדייט אז זיי זענען אויף מידטאון איסט. "בלאק ליעסעס" מיינט ווען א ריעל עסטעיט דעוועלאפער קויפט אפ אדער קריגט לאנגיעריגע ליעסעס אויף גאנצע שטיקער פון א שטאטישן בלאק, צומאל א גאנצן בלאק אדער מער. די ליעסעס קען זיין פון די אריגינעלע אייגענטימער אדער פון דער סיטי רעגירונג, און די סארט ליעסעס זענען געצילט אנצוהאלטן פאר צענדליגער, אויב נישט הונדערטער, יארן, מיט'ן ציל אז עס זאל שטיין דערויף גרויסע געביידעס, צי פאר אפיסעס אדער פאר אפארטמענטס. די ניו יארק סיטי פלענינג באורד האט פונקט פאריגע וואך באשטעטיגט איבערגעמאכטע זאונינג געזעצן פאר מידטאון איסט, אז מען זאל קענען בויען דארטן נייע הויכע מאדערנע געביידעס, און דאס שטימט זייער גוט מיט די סטאטיסטיקס וואס זענען נעכטן פארעפנטליכט געווארן.

בילד: מידטאון איסט, צוקונפט פון מאנהעטן ריעל עסטעיט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל