וואשינגטאן – פאליטישע געפעכטן און קריגערייען ווערן היינט צוטאגס באצייכנט אלס א "גאלאפ" צו זען ווער עס קען גרייכן צום שפיץ, אבער אין 932' איז געווען אן אינטערעסאנטע פאליטישע געפעכט, וועלכע איז ווירקליך טאקע געווען א גאלאפ און פארמעסט. דאס איז געווען ווען דער דעמאקראט קלערענס מארטין האט געדינט אלס גאווערנאר אין וואשינגטאן סטעיט, און זיין ליוטענאנט גאווערנאר איז געווען וויק מאיערס. למעשה האט מארטין אנגעהויבן שפילן מער ווי א רעפובליקאנער, וואס האט אויפגעברויזט די דעמאקראטן אין דער סטעיט, און זיי האבן געזוכט א געלעגנהייט ווען מארטין וועט זיין אינדרויסן פון די סטעיט, וואס לעגאל האט דער ליוטענאנט גאווערנאר דאן באקומען מאכט צו פאררופן א לעגיסלאטור סעסיע און באשטעטיגן וועלכע געזעצן ער האט נאר געוואלט. יענעם יאר אפריל איז אנגעקומען די געלעגנהייט, ווען גאווערנאר מארטין איז געפארן קיין וואשינגטאן די-סי און באזוכט עטליכע סטעיטס – אבער ס'איז געווען איין פראבלעם, אז ליוטענאנט גאווערנאר מאיערס איז אויך געווען אינדרויסן פון דער סטעיט, זייענדיג אין קאליפארניע. מאיערס האט געהערט פון דער געלעגנהייט, האט ער געכאפט א באן קיין ארעגאן, פון וואו א פאליציי אפיציר האט אים מסכים געווען צו טראגן נאך אפאר הונדערט מייל, אזוי האט ער מיטגעמאכט א שווערע רייזע, ביז ער האט געקענט אנקומען אהיים קיין וואשינגטאן סטעיט און דערקלערן זיין מאכט. גאווערנאר מארטין האט אבער געהערט פון דעם אלעם און זיך געאיילט מיט זיין פריוואטן פליגער אהיים קיין וואשינגטאן. למעשה איז די גאנצע זאך אנגעקומען צום סטעיט סופרים קאורט, וועלכע האט געאורטיילט אז גאווערנאר מארטין'ס פליגער איז שוין געפלויגן העכער דער סטעיט טעריטאריע 13 מינוט בעפאר מאיערס האט דערקלערט זיין מאכט, איז עס דעריבער נישט פעליג. מען האט נאך יענע וואך געטוישט די סטעיט רעגולאציעס, אוועקנעמענדיג סיי וועלכע מאכט פונעם ליוטענאנט גאווערנאר.

בילד: דער פאליטישער "פארמעסט" אין 932'

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל