פון עין טובה

"ראמאפאו סענטראל" סקול דיסטריקט האט געטוישט נאמען צו "סאפפרען" סקול דיסטריקט צוליב דעם וואס מענטשן האבן זיך טועה געווען מיט איסט ראמאפאו.

אין די לעצטע פאר יאר ציען זיך מער מענטשן אריין אין ראמאפאו סענטראל וואס נעמט אריין עירמאונט און די אומגעגנט און די אנטיסעמיטן וואס זיצן דארט אויפ'ן בענקל האבן זיך געטראפן מיט א פראבלעם אז נאך אביסל וועלן די אידן עס איבערנעמען, בנוסף, און לויט זיי די איינציגסטע סיבה, אז מענטשן זענען זיך טועה. און ווען מ'הערט אלעס נעגאטיוו אויף איסט ראמאפאו האט מען געמיינט אז מ'רעדט פון ראמאפאו סענטרעל... האבן זיי מיט די הילף פון קאנגרעס פרוי עללן דזשעפי געטוישט נאמען צו סאפפרען סקול דיסטריקט. האפנדיג אז דאס וועט אויסמאכן פאר זייער אויבערהאנט....

די טויש וועט זיך אנזען אויף די בנינים, די פאפירן און די צוקונפטיגע נייעס איבער זיי בפרט פארן נישט צושטעלן סטעיט מחיוב'דיגע טראנספארטאציע.

בילד: קאומאו שרייבט אונטער געזעץ צו טוישן נאמען פון סקול דיסטריקט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל