דער ראטגעבער אין איידעם פונעם פרעזידענט, דשערעד קושנער וועלכער געפונט זיך אויף א מיסיע אין מיטל מזרח אינאיינעם מיט א דעלעגאציע, האט זיך היינט געטראפן מיט׳ן עגיפטישער פרעזידעט פאטח אל-סיסי צו דיסקוטירן די פארשריט אין די באמיאונגען צו פאראויסגיין מיט געשפרעכן צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער און אנדערע פראבלעמען וועלכע פלאגן דעם ראיאן.

די באזוך פון קושנער איז געשטעלט געווארן אונטער פראגע צייכן צוליב דעם וואס באלד ווען ער איז אנגעקומען האט די סטעיט דעפארטמענט און דער סעקערטערי רעקס טילערסאן געמאלדן אז זיי וועלן אפהאלטן די מיליטערישע הילף פאר עגיפטן אויב זיי גייען ווייטער מיט א קנאטראווערסיעלע געזעץ וועלכע טוט איינצוימען די אקטיוויטעטן פון מענטשן רעכט גרופעס אין לאנד. די סטעיט דעפארטמענט האט געזאגט אז פון די 290 מיליאן דאלער אין הילף וועלן זיי געבן בלויז 95 מיליאן, און נאך 195 מיליאן וועט ווערן אפגעהאלטן ביז עגיפטן קומט נאך פארשידענע פארלאנגען צו פארבעסערן איר מענטשן רעכט רעקארד.

עגיפטן האט אין א סטעיטמענט שארף אראפגעריסן דעם באשלוס זאגנדיג אז עס צייגט א אומוויסנדיגקייט איבער די אינערליכע אנלעגנהייטן פון עגיפטן און פארשטייט נישט די וויכטיגקייט פונעם געזעץ צו האלטן די סטאביליטעט פון עגיפטן. פריער אין טאג זענען געווען באריכטן אז די זיצונג איז אפגערופן, אבער עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין אומבאגרינדעט.

בילד: דשערעד קושנער טרעפט זיך מיט׳ן עגיפטישן פרעזידענט אל-סיסי



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל