די נעיווי האלט נאך אינמיטן די אויספארשונג איבער א מיסטיעריעזע רייע פון עקסידענטן וועלכע פלאגן די נעיווי שיפן אינעם פאסיפיק, דאס יאר זענען שוין געווען 4 עקסידענטן, אריינגערעכנט צוויי טויטליכע מיט 17 פאטאליטעטן. וואס באדייט אז אין עקסידענטן אין פאסיפישן ים זענען שוין אומגעקומען מער סאלדאטן דאס יאר ווי אויפ׳ן שלאכטפעלד אין אפגאניסטאן ווי מען האט פארלוירן 11 סאלדאטן.

נעכטן איז געווארן אפגעזאגט דער נעיווי קאמאנדירט פונעם פאסיפישע ראיאן צוליב דעם וואס ער ווערט באשולדיגט אין נישט האנדלן גוט מיט די סיטואציע, אבער דערווייל האט די נעיווי נישט געענדיגט איר איבערזיכט צו דערגיין די אורזאך פון דעם לעצטן עקסידענט, און עס קומט ארויף א פארדאכט אז עס איז מעגליך די ארבייט פון פארגעשריטענע העקערס וועלכע סאבאטיזשירן די נעוויגאציע און סטירינג סיסטעמען און דעריבער קומען פאר די צוזאמענשטויסן.

די ערשטע באריכט צייגט אז די קאפיטאנען האבן פארלוירן קאנטראל אויף די סטירינג מאכאניזם און האבן נישט געקענט פיזיש אוועקדרייען דעם שיף, און טראץ וואס די קאפיטאנען ווערן באשולדיגט אין זיין שוואך טרענירט וויבאלד זיי וואלטן געדארפט נוצן א אלטערנאטיווע סיסטעם, איז אבער דא פארדאכט אז א פיינטליכן לאנד האט באוויזן צו העקן די קאמפיוטער סיסטעמען פונעם שיף, א זאך וואס אויב שטעלט זיך עס ארויס ריכטיג איז א היסטארישע ווענדפונקט אין מאדערנע מלחמה טאקטיקן.

בילד: נעיווי אינצידענטן זענען מעגליך רעזולטאט פון א סייבער אטאקע



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל