א שווערע טייפון שטורעם טוט באטרעפן דעם ראיאן פון האנג קאנג און די דערנעבנדיגע מעקאו און ברענגט מיט זיך גאר שווערע ווינטן און פארפלייצונגען, דערווייל זענען שוין באריכטעט געווארן איבער 3 פאטאליטעטן, און די אויטאריטעטן האבן גערופן די איינוואוינער צו בלייבן אינדערהיים צוליב די שווערע פארפלייצונגען וואס זענען אנגעקומען אין געוויסע פלעצער צו העכער פון 12 פוס. די שטורעם האט אויך אפגעהאקט עלעקטעריציטעט פאר הונדערטער טויזנטער איינוואוינער. אויטאריטעטן זאגן אז די שטורעם טוט עפעקטירן אזויפיל ווי 60 מיליאן מענטשן וועלכע וואוינען אין די ״קארידאר״ פונעם שטורעם.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה