סאודי אראביע – פרעזידענט טראמפ'ס איידעם, דזשעראד קושנער, פירט א ספעציעלע דעלעגאציע פון אמעריקאנער באאמטע אין מיטל מזרח. די דעלעגאציע באשטייט פון קושנער, דזשעיסאן גרינבלאט און נאציאנאלע זיכערהייט באאמטע דינע פאועל. זיי האבן נעכטן זיך געטראפן מיט באאמטע פון עטליכע גאלף לענדער, אריינגערעכנט קאטאר, ירדן, די יונייטעד אראב עמירעיטס און עגיפטן, און זענען דערווארט אנצוקומען היינט קיין מדינת ישראל, צו רעדן וועגן שלום געשפרעכן צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער. א הויכפונקט פונעם נעכטיגן טאג פון דער דעלעגאציע, איז געווען זייער זיצונג מיט'ן קרוין פרינץ פון סאודי אראביע, מוכאמעד בין סאלמאן, וואו מ'האט גערעדט איבער שלום אין מיטל מזרח, און אויך איבער וועגן וויאזוי מ'קען אפשטעלן און בלאקירן די סיסטעמאטישע פינאנציעלע שטיצע פאר טעראר גרופעס וואס מען זעט אין פילע אראבישע לענדער. היינט וועט די דעלעגאציע אנקומען קיין מדינת ישראל פאר זיצונגען מיט איזראעלישע באאמטע און מיט פאלעסטינער אויטאריטעט באאמטע.

בילד: אמעריקאנער דעלעגאציע אין מיטל מזרח

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל