וואשינגטאן – פון איבער דער וועלט האט מען נעכטן געהערט רעאקציעס צו דער רעדע פון פרעזידענט טראמפ, ביי וועלכע ער האט געמאלדן אז אמעריקע וועט אריינשיקן פרישע טרופן קיין אפגאניסטאן, און דער ציל פון דער אנגייענדיגער קריג וועט זיין בלויז אומצוברענגען טעראריסטן און ארויסגיין פון אפגאניסטאן נאכ'ן האבן אוועקגעשטעלט לאנג-טערמיניגע רואיגקייט.

די טאליבאן טעראר גרופע, וועמען טראמפ האט שארף געצילט אין זיין רעדע, האט געזאגט אז זיי זענען גרייט אפצושאפן פרעזידענט טראמפ'ס האפענונגען, גענוי ווי זיי האבן בטל געמאכט די האפענונגען פון פרעזידענט בוש און פרעזידענט אבאמא. "אז מיר האבן שוין געקעמפט די קריג זעכצן יאר, זענען מיר זייער צופרידן אנצוגיין ווייטער מיט'ן קאמף", האט א טאליבאן קאמאנדיר געזאגט.

די פאקיסטאנער רעגירונג, וועלכע איז אויך געווען א ציל פון טראמפ'ס שארפע ווערטער, זאגנדיג אז זיי העלפן באשיצן טעראריסטן, האט רעאגירט גאר שארף, זאגנדיג אז פאקיסטאן האט פיל געהאלפן אמעריקע אין לויף פון די יארן. מען האט טאקע געהערט אז ראטגעבער האבן געוואלט טראמפ זאל סטראשען צו דערקלערן פאקיסטאן א טעראר שטיצער, אבער טראמפ האט נישט אקצעפטירט.

אמעריקע'ס נאענטסטע אליאירטע לענדער האבן רעאגירט גאר פאזיטיוו צו טראמפ'ס נייע אפגאניסטאן סטראטעגיע. ענגלאנד'ס פארטיידיגונגס מיניסטער, מייקל פעלאן, האט געזאגט אז ענגלאנד באגריסט טראמפ'ס פארשפרעכונג צו שיקן פרישע טרופן, און דייטשלאנד'ס קאנצלער, ענגעלע מערקעל, האט געזאגט אז טראמפ'ס פאליסי פון נישט זאגן א דאטום ווען מ'גייט ארויסציען, נאר ווארטן צו זען דעם צושטאנד, איז גאר קלוג.

בילד: וועלט רעאגירט צו טראמפ'ס נייע אפגאניסטאן סטראטעגיע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל