ביזנעסער זוכן פארשידענע וועגן וויאזוי איינצוקעשן אויפן ליקוי חמה פיבער, און עטליכע זענען אויפגעקומען מיט געניאלע געדאנקען. צווישן זיי איז די "קעספּער" מאטראצן פירמע, וועלכע האט געמאלדן אז אין דער נאכט בעפאר דער ליקוי חמה, וועלן זיי אוועקשטעלן א ספעציעלן "קעספער קעמפ" אינעם שטעטל קעספער, ווייאמינג, וואו מ'וועט, פאר דער סומע פון 499 דאלער, באקומען א געשמאק שאטערל מיט א קעספער מאטראץ דערין צום שלאפן, און אנדערע אינטערעסאנטע געשאנקען, און דאן וועט מען מאנטאג אינאיינעם מיטהאלטן די ליקוי חמה. אן אנדערע פירמע איז די באקאנטע "שיקיטא" באנאנע פירמע, וועלכע האט געוויצלט אז ווען די זון וועט זיין כמעט אינגאנצן באדעקט, וועט עס אויסזען ווי א באנאנע, און דעריבער האט די פירמע געטראפן א תירוץ אויסצונוצן די געלעגנהייט פאר זייער בענעפיט, און זיי וועלן זונטאג איבער'ן טאג פארטיילן אומזיסטע ליקוי חמה גלעזער פארנט פון דער באקאנטער "פלעט-אייראן" געביידע אין מאנהעטן.

בילד: ביזנעסער זוכן איינצוקעשן אויפן ליקוי חמה פיבער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל