קאראקאס – באאמטע אין עטליכע טיר-גארטנס אין ווענעזועלע באקלאגן זיך, אז מער און מער זעען זיי ווי באשעפענישן ווערן פארשוואונדן פון די שטייגן, און זיי ווייסן נישט וואס דא גייט פאר און וויאזוי עס פאסירט. אינעם גרויסן טיר-גארטן אין דער שטאט מאראסאיבא האבן די באאמטע אוועקגעשטעלט נייע סורוועילענס קאמערעס צו האלטן אן אויג אויף די באשעפענישן ממש יעדעס איינציגע סעקונדע, וועלנדיג דערגיין פארוואס די באשעפענישן ווערן פארשוואונדן – און וואס זיי האבן אנטדעקט, האט זיי שאקירט ביז גאר. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז הונגעריגע מענטשן רייסן זיך אריין אין די נאכט שטונדן אינעם טיר-גארטן, כאפן ארויס געוויסע סארט באשעפענישן וועמענ'ס פלייש איז געזונט פאר א מענטש צו עסן, און זיי עסן דאס אויף. יא, דער הונגער און נויט אין ווענעזועלע האט דערגרייכט צו אזא טרויעריגן און נידריגן שטאפל, ס'איז ממש נישטא קיין עסן אויף די פאליצעס, אפילו אויב מען האט יא געלט צו באצאלן, און דאס ברענגט אז מענטשן דארפן זיך אריינרייסן אין די טיר-גארטענעס, כאפן באשעפענישן און עס עסן.

בילד: ווענעזועלער טיר-גארטנס ווערן ליידיג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל