אייראפע – אייראפעאישע אוויאציע באאמטע האבן געזאגט אז מען מוז אויפקומען מיט א לעזונג צום פראבלעם וואס קליינע פריוואטע דראונס פליען ארום נעבן לופטפעלדער און העכער לופטפעלדער, וויבאלד זיי שטעלן אין געפאר די לעבנס פון אלע פאסאזשירן אויף פליגערס וועלכע לאנדן און הייבן זיך, און עס וועט נישט לאנג דויערן ביז עס וועט טאקע פאסירן ווירקליך א צוזאמשטויס. די פרישע אנגעצויגנקייט איבער דער אישו, קומט פונקט אין די טעג וואס מען האט געהערט אז א פליגער און א דראון האבן זיך שיער צוזאמגעשטויסן העכער'ן לוד לופטפעלד אין תל אביב. דער אינצידענט האט פאסירט מיט א פליגער פון די ״וויז עיר״ עירליינס וועלכע איז געקומען קיין מדינת ישראל פון ראמעניע מיט 180 פאסאזשירן. ביים זיך גרייטן צו לאנדן, האבן די פילאטן באמערקט דעם דראון פליען גאר נאענט צו איינס פון די פליגלען פונעם פליגער, און האבן אין איילעניש געדרייעט די פליגלען, אויסמיידנדיג א צוזאמשטויס מיט ממש געציילטע אינטשעס. דער פליגער איז נישט געשעדיגט געווארן און די לאנדונג איז דורכגעפירט געווארן זיכערערהייט.

בילד: ווארענונג איבער  דראון-פליגער צוזאמשטויסן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל