אלבאני – ניו יארק גאווערנאר, ענדרו קאומא, האט געמאלדן אז ניו יארק סטעיט פאליציי אפיצירן האבן פארטיילט 21 טויזנט טיקעטס לענגאויס די סטעיט ביי א לעצטיגן קאמפיין צו כאפן מענטשן וועלכע פארן העכערן ספיד לימיט און פארלעצן אנדערע טראפיק געזעצן. די סטעיט פאליציי באאמטע זאגן אז זיי האבן אויך ארעסטירט 230 מענטשן פאר'ן דרייוון אונטער'ן איינפלוס פון אלקאהאל און אנדערע טראפיק. גאווערנאר קאומא האט באצייכנט דעם קאמפיין אלס א סוקסעס, זאגנדיג אז דרייווערס וועלכע דרייוון העכערן ספיד לימיט אדער מיט אנדערע פראבלעמען, שטעלן אין געפאר אלע רייזנדע, און דעריבער מוזן אזעלכע דרייווערס ווערן אראפגענומען פונעם שאסיי. דער גאווערנאר האט געזאגט אז ער באטראכט א פלאן, אינאיינעם מיט די סטעיט פאליציי סופעראינטענדענטס, צו מאכן די סארט בליץ-קאמפיינס מער אפט, כדי אז די וועלכע מיינען אז זיי קענען זיך ארויסדרייען און דרייוון ווילד, זאלן געכאפט ווערן איינמאל פאר אלעמאל, און אזוי וועלן זיי שוין דרייוון מער וואכזאם.

בילד:סוקסעס מיט מאסיווע טיקעט פארטיילונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל