וואשינגטאן – דער קאנגרעסיאנאלער היימלאנד זיכערהייט קאמיטע וועט דורכפירן עטליכע פארהערן אויף דער טעמע פון ווילדע עקסטרעמיסטישע באנדעס אין אמעריקע, און דער געפאר וואס דאמעסטישע מיליטאנטן און דאמעסטישע טעראריסטן שטעלן פאר'ן לאנד – וואס די פארהערן קומען אלס דירעקטע רעאקציע צו די ווייסע סופרעמיסיסטישע אומרוען און געוואלדטאטן וואס האבן זיך אפגעשפילט שבת אין ווירדזשיניע. קאנגרעסמאן מייקל מעקאול, פארזיצער פון דער היימלאנד זיכערהייט קאמיטע, האט געזאגט אין א סטעיטמענט אז די סארט פארהערן וועלן מעגליך אפגעהאלטן ווערן איינמאל א יאר, אויפ'ן זעלבן שטייגער ווי די קאמיטע האלט אפ יעדעס יאר א לענגערן פארהער איבער'ן אלגעמיינעם געפאר פון דזשיהאד און טעראר בערך אין די טעג ווען עס ווערט אפגעצייכנט דער יארטאג פון די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס.

בילד: קאנגרעס וועט פארשן מיליטאנטן געפאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל