וואשינגטאן – דער פארשוין לי באיד מאלווא, איינער פון די 2 וועלכע האבן אין יאר 02׳ דורכגעפירט די ״די-סי סנייפער״ אטאקעס, האט פארלוירן נעכטן זיין אפיעל פארזוך, ווען א פעדעראלער ריכטער אין מערילאנד האט געאורטיילט אז זיין לעבנסלענגליכער טורמע אורטייל איז פאסיג. די די-סי סנייפער אטאקעס האבן פאסירט אין לויף פון מער ווי א וואך אין אקטאבער יאר 02׳ פון וועלכע צען זענען אומגעקומען אין מיסטעריעזע צילשיסער-סטיל שיסערייען. די שיסערייען האבן געברענגט א שרעקליכן פאניק איבער׳ן לאנד, שטייענדיג קוים א יאר נאך סעפטעמבער עלעווען און מען האט געמיינט אז די צילשיסער אטאקעס איז פרישע טעראר דורך על קאידא. למעשה האט מען ארעסטירט מאלווא און זיין קאלעגע דזשאן אלען מוכאמעד, און זיי זענען געפונען געווארן שולדיג אין דורכפירן די סנייפער אטאקעס. מוכאמעד איז הינגעריכטעט געווארן אין 09׳, און מאלווא האט באקומען לעבנסלענגליכע טורמע. ער האט געקלאגט אין געריכט אז ער איז נאך געווען א יוגנטליכער ביים פאראורטיילט ווערן צו לעבנסלענגליכע טורמע, און דעריבער האט ער נישט געטארט באקומען אזא הארבן אורטייל. א פעדעראלער דיסטריקט ריכטער האט אבער נעכטן ארויסגעווארפן מאלווא'ס אפיעל.

בילד: די-סי סנייפער פארלירט אפיעל אין געריכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל