מערילאנד – נעכטן מיטוואך פארטאגס האבן די שטאטישע באאמטע אין באלטימאר, מערילאנד אראפגענומען 4 קאנפעדערעיט מאנומענטן ווען עס איז נאך געווען טונקל, נישט וועלנדיג אנמאכן קיין שטורעם אז פראטעסטירער זאלן זיך איינזאמלען. דאס איז געקומען נאכדעם וואס דינסטאג האבן זיך ליבעראלע פראטעסטירער פארזאמלט פארנט פון א מאנומענט פאר א קאנפעדערעיט זעלנער אין דורהעם, נארט קאראליינע, נוצנדיג שטריק עס אראפצוברעכן, און די פאליציי האבן שוין ארעסטירט עטליכע פון די וועלכע האבן געשפילט א ראלע אין דעם וואנדאליזם. די באוועגונג אראפצונעמען קאנפעדערעיט סימבאלן איבער'ן לאנד גייט שוין אן א לענגערע צייט, אבער זינט די ווייסע נאציאנאליסטישע ראיאטן שבת אין ווירדזשיניע, איז דאס געווארן נאך שטערקער, און דער ווירדזשיניע גאווערנאר טערי מעקאליף האט געזאגט אז ער האלט אז מען דארף אראפנעמען יעדעס איינציגע מאנומענט פון קאנפעדערעיט העלדן, און עס אריינשטעלן אין מוזעאומס.

בילד: נאך קאנפעדערעיט מאנומענטן קומען אראפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל