אריזאנע – מען האט נעכטן געהערט שטארקע קעגנערשאפט צו א געפלאנטע ראלי וואס פרעזידענט טראמפ וועט אפהאלטן קומענדיגע וואך דינסטאג אין פיניקס, אריזאנע, וואס די ראלי וועט זיין א קאמפיין סטיל פארזאמלונג מיט גרויס פאמפע. דער דעמאקראטישער מעיאר פון פיניקס, מעיאר גרעג סטענטאן, האט געזאגט אז דער פרעזידענט דארף פארשטיין אז דאס לאנד איז אין טרויער און אין שאק פון דער נעא-נאצישער ראלי און פון דער ראסיסטישער ברוטאלער קאר אטאקע וואס האט פאסירט פארלאפענעם שבת, איז דעריבער נישט די פאסיגע צייט אפצוהאלטן פאליטישע ראליס. ספעציפיש האט מעיאר סטענטאן געזאגט אז אויב טראמפ וועט ביי זיין אויפטריט אין פיניקס מעלדן אז ער פארדאנירט דעם געוועזענעם קאנטראווערסיאלן אריזאנע שעריף דזשאו ארפייא, וועט דאס צייגן קלאר אז טראמפ זוכט אויפצוהעצן די געמיטער. מעיאר סטענטאן האט זיך געבעטן אז טראמפ זאל אנולירן די ראלי, אבער טראמפ האט זיך אויסגעלאכט, שרייבנדיג אויף טוויטער נעכטן נאכמיטאג אן איינלאדענונג פאר מענטשן צו קומען אנטיילנעמען.

בילד: קעגנערשאפט צו טראמפ פיניקס ראלי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל