פוילן – א היסטאריקער אין פוילן האט אריינגעגעבן א פארלאנג צו די לאקאלע אויטאריטעטן אין דער שטאט יעדוואבנע, אז ער וויל אויפגראבן אידישע קברים וואו עס ליגן באערדיגט הונדערטער אידן וועלכע זענען ברוטאל אומגעקומען ביים "יעדוואבנער פאגראם". דער פאגראם האט פאסירט אין 941', און לויט אלע היסטאריקער און אלע וועלכע האבן איבערגעלעבט דערציילן וואס דארטן האט פאסירט, האט זיך עס אנטוויקלט ווען פוילישע רוצחים האבן זיך א לאז געטאן אויפן אידישן קווארטאל אין יעדוואבנע און דורכגעפירט מאסן רציחות, פון וועלכן אמווייניגסטנס 340 אידן זענען אומגעקומען. פוילן איז שטארק פארשעמט איבער'ן פאקט אז פילע פאלאקן האבן קאלאבארירט מיט די נאציס, און ספעציפיש איז דער יעדוואבנע פאגראם א פארשעמונג, וויל דעריבער דער פוילישער היסטאריקער קריסטאף קראזאוסקי באקומען ערלויבעניש אויפצוגראבן די אידישע קברים פון די פאגראם אומגעקומענע, האפנדיג צו טרעפן באווייזן אז דער פאגראם איז דורכגעפירט געווארן אויסשליסליך דורך די נאציס און נישט דורך די פאלאקן.

בילד: פוילישער פארשער וויל מפנה זיין קברים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל