שווייץ – געזעצגעבער אין שווייץ וועלן אין די קומענדיגע וואכן דורכפירן אן אפשטימונג, צי מען זאל פארבאטן דאס אימפארטירן כשר-געשאכטענע פלייש פון אויסלאנד. צו שעכטן כשר פלייש איז שוין לאנגע יארן אומלעגאל אין שווייץ, זייענדיג פון די סאמע ערשטע אייראפעאישע לענדער, אין דער מאדערנער עפאכע, צו פארבאטן שחיטה, און דעריבער האבן זיך די טויזנטער אידישע איינוואוינער פארלאזט אויף כשר'ע פלייש וואס מען האט אימפארטירט קיין שווייץ פון אנדערע לענדער. אצינד וויל די רעגירונג אויך צונעמען די אימפארטירטע כשר'ע פלייש, וואס באדייט אז עס וועט ווירקליך נישט זיין קיין ברעקל כשר פלייש פאר די געשאצטע אכצן טויזנט אידישע איינוואוינער אין שווייץ. ארטיגע אידישע אקטיוויסטן האבן אויסגעדרוקט האפענונג אז דער אימפארט פארבאט וועט נישט דורכגיין, היות ס'נעמט אויך אריין א פארבאט אויף "פאי גרא", א טייערע סארט עסנווארג פון לעבער פון געשטאפטע גענז וועלכע איז פאפולער ביים עליטן קלאס אין לאנד, וועט עס דעריבער מעגליך נישט האבן גענוג שטיצע.
הוסף רשומת תגובה