אויסטראליע – אן אינטערעסאנטע דראמא האט זיך אנטוויקלט אינערהאלב דער אויסטראלישער רעגירונג אין די לעצטע פאר טעג. דער ארטיגער פרעמיער מיניסטער, מאלקאלם טורנבאל, האט בלויז אן איין-זיץ מאיאריטעט אינעם נידעריגן פארלאמענט, וואס באדייט אז אויב וועט איינער פון זיין פארטיי מוזן אפטרעטן פון אמט, וועט עס אריינווארפן די רעגירונג אין אן אייניג-צעטיילטן סטאטוס און ברענגען אז טורנבאל זאל דארפן זוכן וועגן וויאזוי אנצוהאלטן זיין אויבערהאנט, און אויב טרעפט ער נישט, וועט מען מוזן פאררופן וואלן. אט די דראמא אנטוויקלט זיך יעצט, נאכדעם וואס מען האט אויפגעדעקט אז עטליכע אויסטראלישע קאבינעט מיניסטארן און פארלאמענט מיטגלידער זענען אויך בירגער אין ענגלאנד, און די אויסטראלישע קאנסטיטוציע ערלויבט נישט איינעם מיט טאפלטע בירגערשאפט צו דינען אויף א רעגירונג פאזיציע. דער אויסטראלישער יוסטיץ מיניסטער מייקל קינען האט נעכטן אנטזאגט זיין בריטישע בירגערשאפט, און ענליך זענען פארהאן 2 אנדערע באאמטע וועלכע ווערן באשולדיגט אין טאפלטע בירגערשאפט. דאס העכסטע געריכט אין לאנד וועט אורטיילן איבער די אישו נעקסטע וואך.

בילד: רעגירונג דראמא אין אויסטראליע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל