קאראקאס – 37 ארעסטאנטן זענען אומגעקומען ווען אפיצירן פון דער ווענעזועלער רעגירונג זענען איבערגעפאלן א טורמע אין דער שטאט אמאזאנעס. דער איבערפאל קומט אין א צייט וואס די ווענעזועלער רעגירונג נעמט אונטער ברוטאלע און דיקטאטורישע טאקטיקן צו דערשטיקן סיי וועלכע קעגנערשאפט צו דעם רעזשים פון פרעזידענט ניקאלעס מאדוראו, אבער די ווענעזועלער רעגירונג האט געזאגט אז דער איבערפאל האט גארנישט מיט די אנגייענדיגע פאליטישע אומרוען אין לאנד, נאר איז געווען טייל פון א קאמפיין וואס די רעגירונג פירט שוין לאנגע יארן, איינצושטעלן קאנטראל אין די טורמעס איבער'ן לאנד, וואס פילע פארמאגן בכלל נישט געהעריג קיין שטאב און ווערן געפירט דורך מאפיאנערישע באנדעס און דורך די ארעסטאנטן אליינס. די רעגירונג האט געזאגט אז זי פארשט די 37 טויטפעלער, און אז 19 פון די ווענעזועלער רעגירונג אפיצירן זענען פארוואונדעט געווארן.

בילד: ווענעזועלע רעגירונג טורמע איבערפאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל