ניו יארק – דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט נעכטן אויסגעלויבט דעם צפון קארעא דיקטאטור קים יאנג אן, זאגנדיג אז ער האט געמאכט דעם פאסיגן און קלוגן באשלוס מיט'ן אננעמען נישט צו אטאקירן דערווייל דעם אמעריקאנער אינזל גואם. דער צפון קארעא רעזשים האט שוין געהאט צוגעגרייט די פונקטליכע פלענער פאר אן אטאקע אויף גואם, און בילדער זענען פובליצירט געווארן וויאזוי קים יאנג אן קוקט איבער די פלענער, אבער למעשה, ווי באריכטעט נעכטן, האבן זיי באשלאסן זיך אפצוהאלטן פון דורכפירן די אטאקע, און אנשטאט ווארטן צו זען וואס די אמעריקאנער רעגירונג און מיליטער וועלן טאן נעקסט. דערויף האט טראמפ געשריבן אויף טוויטער "קים יאנג אן פון נארט קארעא האט געמאכט א גאר קלוגע און גוט דורכגעטראכטע באשלוס; דער אלטערנאטיוו וואלט געווען סיי קאטאסטראפאל און אויך אומאקצעפטירבאר".

בילד: טראמפ לויבט קים יאנג אן'ס באשלוס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל