וואשינגטאן – פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט נעכטן אויפגעלעזט צוויי פון זיינע ביזנעס ראטגעבער קאמיטעען, נאכדעם וואס עטליכע מיטגלידער האבן רעזיגנירט פון זייערע פאזיציעס אויף די קאמיטעען, אין רעאקציע צו פרעזידענט טראמפ'ס שוואכע פארדאמונג קעגן די נעא-נאציסטישע און סופרעמיסיסטישע גרופעס, וועלכע האבן מארשירט און ראיאטירט אין שארלוטסוויל, ווירדזשיניע פארלאפענעם שבת.

די כוואליע פון נעגאטיווע דעקונג און קאמענטארן קעגן פרעזידענט טראמפ'ס סטעיטמענטס איבער דער שארלוטסוויל סיטואציע, האט נעכטן ווייטער אנגעהאלטן, נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט דינסטאג האלבוועגס צוריקגעצויגן פון זיין שארפער מאנטאג'דיגער פארדאמונג, און ער האט ווידערהאלט אז די שולד אויף די אומרוען און געוואלדטאטן ליגן אויף ביידע זייטן פונעם ראסע געפעכט, און אז עס זענען דא גוטע מענטשן ביי ביידע זייטן.

טראמפ האט באשלאסן אויפצולעזן זיין "אמעריקען מאנופעקטשורינג" קאונסיל, נאכדעם וואס 5 מיטגלידער האבן געמאלדן אז זיי רעזיגנירן אלס פראטעסט קעגן זיינע שארלוטסוויל קאמענטארן, און באזונדער האט ער אויך אויפגעלעזט זיין "סטראטעגיע און פאליסי" קאונסיל, שרייבנדיג אין א מעסעדזש אויף טוויטער, אז אנשטאט לייגן דרוק אויף די ביזנעסלייט צו פארבלייבן אין די קאמיטעען, איז גרינגער ער זאל עס אויפלעזן.

מען האט נעכטן אויך געהערט פון פילע וועלט פיגורן שארפע פארדאמונגען קעגן טראמפ, אריינגערעכנט פון בריטישע פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי, וועלכע האט געזאגט אז זי פארשטייט נישט וויאזוי טראמפ זאגט אז נעא-נאציס און די וועלכע זענען קעגן נעא-נאציס זענען אויפ'ן זעלבן שטאפל. דייטשלאנד'ס יוסטיץ מיניסטער און דער פירער פונעם יו-ען האבן אויך פובליצירט סטעיטמענטס אויסדרוקנדיג שאק איבער טראמפ'ס סטעיטמענטס.

בילד: שטורעם ארום טראמפ'ס ראסע קאמענטארן האלט ווייטער אן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל