א פאטאלע קאר טעראר אטאקע האט היינט פאסירט אין בארצעלאנע, וואס האט אומגעברענגט אמווייניגסטנס 13 און פארוואונדעט איבער 80. די אטאקע האט פאסירט אין די בארימטע לא-ראמבלאס געגענט, א היסטארישע קווארטאל אין שטאט וואס ציהט צו טויזנטער טוריסטן. די אטאקע קומט אין א צייט אין יאר, ווען די פלאץ ווירבלט מיט א ריזיגע צאל טוריסטן פון איבער די גאנצע וועלט.

די אטאקע דערמאנט עטליכע ענדליכע אטאקעס וועלכע זענען פארגעקומען אין די לעצטע יארן אין עטליכע שטעט אין אייראפע, ווי טעראריסטן נוצן א קאר אלס א געווען צו אנזייען טעראר און טויט אין די צענטערן פון גרויסע שטעט. אזעלכע אטאקעס האט מען געזען אין פאריז, ניס, לאנדאן, שטאקהלם, בערלין, און להבדיל ירושלים. דאס איז שוין די צענטע אזא סארט אטאקע אין אייראפע, אין די לעצטע דריי יאר.

דער טעראריסט איז אנטלאפן פון די סצענע לעבעדיגערהייט, און אפגעפארן מיט דעם ווייסן ווען. פאליציי האט געעפנט א מאסיווע געיעג, און עווענטועל איז דער טעראריסט אומגעקומען אין א שיסעריי אויסטויש מיט די פאליציי. פאליציי האט גערופן פאר הילף צו כאפן א פארשוין דריס אוקאביר אן 28 יעריגער יוגנטליכער פון מאראקאנער אפשטאם, וועלכער איז געווען פארמישט אין די אטאקע און געווען דער וועלכער האט געדינגען דעם ווען. און האבן געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט נאך צוויי וועלכע זענען מעגליך פארמישט אין די אטאקע.

די אטאקע איז געווען א שרעקליכע און ברוטאלע סצענע, ווען טויזנטער מענטשן זענען געלאפן אין פאניק אין די צייט ווען צענדליגע פארוואונדעטע זענען געליגען אויף דער ערד און גערופן פאר הילף. די געגענט ווי די אטאקע איז פארגעקומען, ווירבלט מיט טוריסטן פון איבער די גאנצע וועלט, און די אומגעקומענע זענען פון פארשידענע לענדער. באריכטן אין די שפאנישע פרעסע זאגן אז די סי-איי-עי האט מיט צוויי מאנאטן צוריק געווארנט די אויטאריטעטן אין שפאניע, אז די פלאץ קען זיין א ציל פאר אזא סארט טעראר אטאקע.

עטליכע שטונדן נאך די אטאקע, האט די אייסיס טעראר גרופע גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די אטאקע. פארשידענע וועלט פירער האבן פארדאמט די אטאקע, און פארשפראכן הילף פאר שפאניע צו באקעמפן טעראר.

בילד: טעראר אטאקע אין שפאניע

בילד: טעראר אטאקע אין שפאניע

בילד: טעראר אטאקע אין שפאניע

בילד: טעראר אטאקע אין שפאניע

בילד: טעראר אטאקע אין שפאניע

מאפע: טעראר אטאקע אין שפאניע

בילד: טעראר אטאקע אין שפאניע






גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל