מאנהעטן – די "סיטיזענס בודזשעט קאמיסיע" זאגט אז זיי האבן דורכגעקוקט רעקארדס פון פעיראל פאר ניו יארק סיטי רעגירונג איינגעשטעלטע, און ווי ס'שטעלט זיך ארויס זענען די "אווערטיים" צאלונגען גענצליך ארויס פון קאנטראל. די קאמיסיע זאגט אז פון יאר 09' ביז יאר 16' איז געשטיגן די סומע אווערטיים צאלונגען מיט 62 פראצענט, און יעצט האלט עס ביי דעם אז די ניו יארק סיטי רעגירונג קאסע צאלט ארויס יערליך 1.7 ביליאן דאלאר בלויז אין אווערטיים פאר אירע איינגעשטעלטע, און צוויי-דריטל פון די אווערטיים געלטער גייט פאר די "יוניפארמד אגענטורן", וואס באדייט די פאליציי, פייערלעשער און ענליכע סיטי אגענטורן. נאכמער צייגט דער באריכט, אז כמעט האלב פון די אווערטיים צאלונגען ווערן בכלל נישט אריינגערעכנט אינעם יערליכן סיטי בודזשעט, וואס באדייט אז די סיטי דארף אויפקומען מיט די געלטער דורכאויס'ן יאר, און עס צייגט אז די סיטי פלאנירט נישט גענוג פונקטליך אירע בודזשעטן.
הוסף רשומת תגובה