א שטודיע וועלכע איז פארעפנטליכט געווארן דורך דאקטוירים אין טייוואן, צייגט אז א געוויסע סארט דעזיז וואס מענטשן ליידן אין די גומען, איז פארבינדן מיט א שטערקערע ריזיקע פון ליידן פון אלצהיימערס אויף די עלטערע יארן. די רעדע איז פונעם כראנישן גומען דעזיז באקאנט אלס "פעריאדאנטייטיס", וואס ברענגט נאכאנאנדיגע אינפעקציעס אין די גומען און מאכט אז די ציינער זאלן שנעלער און אפטער ארויספאלן. דאקטאר יאו טשאונג, וואס האט שטודירט אויף הונדערטער פאציענטן אין טייוואן, איז אויפגעקומען אז פאציענטן וועלכע האבן געליטן פון די כראנישע גומען דעזיז פאר צען יאר אדער מער, האבן ענדערש אנטוויקלט אלצהיימערס ווען זיי זענען פארעלטערט געווארן, ווי פאציענטן וועלכע האבן נישט געליטן אויף גומען דעזיז. מער פונקטליכער זאגט דאקטער טשאונג, אז ווער עס ליידט פון די פעריאדאנטייטיס גומען דעזיז, האט א זיבעציג פראצענט גרעסערע שאנס צו ליידן פון אלצהיימערס, אבער ער האט נאכנישט קיין הסבר וויאזוי די צוויי זאכן זענען פארבינדן.

בילד: גומען דעזיז פארבינדן מיט אלצהיימערס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל