ווירדזשיניע – די סאציאלאגן פון דער "יו-סי-על-עי" אוניווערסיטעט האט דורכגעפירט אן אינטערעסאנטע פארש ארבעט אויף וועבזייטלעך וואו ווייסע סופרעמיסיסטן און ראסיסטן פארברענגען און שרייבן דארטן זייערע קאמענטארן און ארטיקלען, און די עקספערטן האבן געזען אן אינטערעסאנטע זאך, אז פילע פון די ראסיסטן זענען ברוגז אויף זייער נאטורליכן די-ען-עי. א הויפט פונקט ביי די ווייסע ראסיסטן, איז אז נאר די ווייסע אייראפעאישע ראסע איז די ריינע ראסע, און דאס איבריגע, אריינגערעכנט שווארצע און להבדיל אידן, זענען שמוציג און דארפן פארטיליגט ווערן, ה"י – אבער עס שטעלט זיך ארויס אז פילע פון די ראסיסטן זענען אליינס נישט "ריין". די סאציאלאגן האבן דורכגעפירט 12 מיליאן קאמענטארן אויף די "שטורעם-פראנט" ראסיסטישע וועבסייט, און הונדערטער פון זיי זענען געווען פון ראסיסטן וועלכע זענען דורך א די-ען-עי טעסט און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי זענען נישט הונדערט פראצענט "ריין ווייס", נאר האבן עפעס א אידישן אפשטאם אדער אנדערע עטנישע בלוט אין זייערע פריערדיגע דורות. דאס ברויזט געפערליך אויף די ראסיסטן, ווי פארשטענדליך, און פילע שרייבן דארטן אז ס'איז מעגליך אז די די-ען-עי טעסטן זענען פאלש און "מאניפולירט ביי דער רעגירונג"... אנדערע קאמענטאטארן אויפ'ן וועבסייט רעקאמענדירן דעם "שפיגל טעסט", וואס זיי שרייבן אז ס'באדייט: "קוק אריין אין שפיגל. אויב זעסטו א איד קוקט דיר צוריק אין פנים, ביסטו אויף צרות. אויב נישט, ביסטו אקעי".

בילד: די ראסיסטן ברויזן אויף זייער די-ען-עי...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל