ס'איז היינט א באקוועמע וועלט, מענטשן זענען פויל זיך צו געבן א ריר, אפילו אויב מען רעדט פון א געלעגנהייט מיטצוהאלטן א געשעעניש וואס איז שוין נישט פארגעקומען 99 יאר. די "וואלווא" אויטא פירמע ווייסט דאס זייער גוט, האט זי ארויסגעשטעלט צום פארקויפן א ספעציעלע סארט "ליקוי חמה גלאז," וואס מען קען ארויפשטעלן מיט מאגנעטן אויף די דעכער פון אויטאס וועלכע פארמאגן "זון דעכער". וואלווא רעקלאמירט די ליקוי חמה גלאזן מיט א דעקלעראציע, "יעצט דארפט איר מער נישט שטיין אין די היצן מיטצוהאלטן דעם סאלאר עקליפס, נאר איר קענט עס מיטהאלטן זיצנדיג אויף די באקוועמע לעדערנע זיצן אין אייער לוקסוריעזע וואלווא קאר". די גלאזן זענען צו באקומען פאר אומזיסט אין אלע "וואלווא" אויטא דילערשיפס אין די סטעיטס וואו די ליקוי חמה וועט געזען ווערן די שטערקסטע.

בילד: וואלווא שטעלט ארויס ספעציעלע ליקוי חמה גלאז פאר זון דעכער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל