צייט איז געלט, און דאס וועט זיך ספעציפיש ארויסשטעלן אלס אן אמת קומענדיגן מאנטאג ווען די ליקוי חמה וועט פאסירן. עס וועט זיין אינמיטן די סאמע ערשטע פולע ארבעטס טאג פון די וואך, ווען ביזנעסער און אפיסעס זענען דאס מערסטע פארנומען, אבער ווארשיינליך וועט קיין איין ארבעטס-געבער נישט האבן דאס הארץ צו פארבאטן די ארבעטער צו נעמען א "ברעיק" און ארויסגיין מיטהאלטן די היסטארישע געשעעניש. א "פאקס ביזנעס" באריכט צייגט דעריבער אז עס וועט אפקאסטן פאר ביזנעסער לענגאויס אמעריקע א סך הכל פון 694 מיליאן דאלער שאדנס אין לויף פון די מינוטן וואס די ארבעטער וועלן נישט ארבעטן צוליב'ן ליקוי חמה. ביזנעסער אין די סטעיטס וואו די ליקוי חמה וועט זיין די שטערקסטע, וועלן ליידן קאלעקטיוו 200 מיליאן דאלאר שאדן, און שיקאגא אליינס שאצט מען א דערווארטעטע 28 מיליאן דאלער שאדן.

בילד: ליקוי חמה "ברעיק" וועט אפקאסטן פאר ארבעטס-געבערס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל