געציילטע שטונדען נאך די מאסיווע טעראר אטאקע אין בארצעלאנע נעכטן האבן פאליציי באוויזן צו צושטערן נאך א ווען טעראר אטאקע אין די שטאט קאמרילס נישט ווייט פון בארצעלאנע, אין לויף פון די צוזאמענשטויס מיט די טעראריסטן האבן די פאליציי דערשאסן 5 טעראריסטן וועלכע זענען געווען באוואפנט מיט אויפרייס מאטריאל און געפלאנט א מאסיווע זעלבסמארד, 7 זענען פארוואונדעט געווארן פון די ווען אבער פאליציי האט באצייטנס געעפנט פייער אויף זיי.

דאס איז געקומען נאכדעם וואס ארום 4:30 לאקאלע צייט איז א ווייסע ווען אריינגעפארן מיט א ווילדקייט אין די פוסגייער טראטואר אין די טוריסטן צענטער פון בארצעלאנע, אריינפארנדיג אין הונדערטער מענטשן, און נאכ׳ן פארן ארום 2000 פוס איז ער ארויסגעשפרינגען פון זיין ווען און אנטלאפן צופוס, און טראץ פריערדיגע באריכטן איז דער טעראריסט נאכנישט געכאפט געווארן שרייבנדיג די שורות, און דער טעראריסט וועלכער איז אומגעקומען אין א שיסעריי אויסטויש זענען געווארן פארבינדען צו א באזונדערע טעראר פרואוו. אזוי אויך זענען צוויי אנדערע ארעסטירט געווארן און דערווייל האט פאליציי נישט באשטעטיגט אז זיי זענען פארבינדן צו די אטאקע.

אין די אטאקע אומגעקומען 13 און היינט אינדערפרי איז נאך איינער געשטארבן פון די וואונדן, איבער 100 זענען פארוואונדעט געווארן און ווערן באהאנדלט אין שפיטעלער, טייל פון זיי אין א קריטישע צושטאנד, און די אויטאריטעטן זאגן אז די צאל פאטאליטעטן וועט וואשיינליך שטייגן וויבאלד עטליכע פארוואונדעטע געפונען זיך אין א לעבנס געפאר. דאס איז איינע פון די טויטליכע אטאקעס וואס די אייסיס טעראר גרופע האט דורכגעפירט אויפ׳ן אייראפעישן באדן.

בילד: איבער 100 פארוואונדעט נאך א טאג פון טעראר אין שפאניע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל