נעכטן האט דאס ווייסע הויזט געמאלדן אז נאך א פרעזידנטליכע קאנסיל ווערט אויפגעלעזט אין ליכט פון די לעצטע אנטוויקלונגען. דאסמאל א קאנסול איבער אינפרוסטרוקטור וועלכע האט זיך נאך געהאלטן אינמיטן פארמירט, דער פרעזידעט האט געמאלדן איבער דעם קאנסיל אין יאנואר און האט באשטימט ריטשערד לא-פרענק און סטיווען ראוט צוויי ניו יארקער ריעל עסטעיט דיוועלאופער צו דינען אלס ראטגעבער אויף דעם קאנסיל, און פאריגן מאנאט האט דער פרעזידענט אונטערגעשריבן א עקזעקיוטיווע ארדער צו אפיציעל פארמירן דעם קאנסיל, אבער אצינד האט דאס ווייסע הויז געמאלדן אז ער וועט נישט ווייטער גיין דערמיט, ווארשיינליך צו פארמיידן דרוק אין פאל אויך די ביזנעסליט וועלן זיך אפזאגן. דאס קומט נאכדעם וואס די קאנסיל איבער מאניפערקטושרינג און די קאנסיל איבער פאליסי און סטראטעגיע זענען שוין אויפגעלעזט געווארן די וואך נאכדעם וואס אכט מיטגלידער האבן זיך אפגעזאגט פון ארבייטן מיט׳ן פרעזידענט אין ליכט פון זיינע קאמנטארן נאך די געשעענישן אין שארלאטסוויל.

בילד: דריטער פרעזידענטליכער ראט-קאנסול אויפגעלעזט




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל