די ״דאו דשאונס״ האט נעכטן געזען די שטערקסטע טראסק אין די לעצטע דריי מאנאטן ווען עס איז געפאלן מיט 274 פונקטן, און צום ערשטן מאל זינט סעפטעמבער האבן אלע 30 פירמעס אויף די אינדעקס געזען פארלוסטן, דאס איז געקומען צוליב עטליכע שוואכע פינאנציעלע באריכטן פון גרויסע ריטעילערס און טעכנאלאגיע פירמעס פאר׳ן לעצטן קווארטאל און אזוי אויך איבער א מעגליכקייט אז דער הויפט פינאנציעלער רעטגעבער צום פרעזידענט גערי קאהן האלט זיך ביים אפזאגן.

די טראסק קומט נאכדעם וואס אין די לעצטע יאר איז די דאו דשאונס דורכשניט געשטיגן מיט איבער 10% צוליב גרעסערע קארפארעיט פארדינסטן און א פארבעסערטע גלאבאלע עקאנאמישע אויסזיכט, די נעכטיגע טראסק האט געענדיגט א רעקארד לאנגע 63 טאג אפשניט פון סטאביליטעט פאר די אינדוסטריעלע דורכשניט, א רעקארד וואס גייט צוריק ביז 1995. אזוי אויך האט די עס-ענד-פי געזען א פארלוסט פון 1.5% אדער 38 פונקטן צו 2430 נאכ׳ן גרייכן היסטארישע ציפערן דעם מאנאט. און די נאסדאק איז געפאלן מיט 1.9%. אנאליסטן האלטן אז דאס איז געווען א צייטווייליגע קריזיס און די סטאק מארקעט בלייבט דערווייל געזונט.

בילד: שארפע טראסק אויפ׳ן סטאק מארקעט צום ערשטן מאל אין עטליכע מאנאטן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל