בילד: עטליכע פארוואונדעט שטעכעריי אטאקע אין פינלאנד

היינט מיטאג לאקאלע צייט האט א פארשוין גענוצט א מעסער און געשטאכן עטליכע פארבייגייער אין צענטער פון די שטאט טורקו אין פינלאנד, דער פארשוין איז געשאסן און פארוואונדעט געווארן דורך די פאליציי וועלכע האט באגערניצט צוטריט צום צענטער פון שטאט ביז עס ווערט אויסגעקלארט וואס האט פאסירט. ערשטע אומבאשטעטיגטע באריכטן זאגן אז איינער איז אומגעקומען און נאך 7 זענען פארוואונדעט געווארן, און ווי עס שיינט האנדלט זיך עס פון א טעראר אטאקע וואס איז מעגליך אינספירירט געווארן פון די נעכטיגע בלוטיגע אטאקעס אין שפאניע. טורקו איז א גרויסע שטאט ארום 85 מייל פון די הויפטשטאט העלסינקי.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל