פאליציי אין שפאניע האבן באשטעטיגט אז די צוויי טעראר אטאקעס וועלכע זענען נעכטן פארגעקומען האבן געזאלט זיין פיל ארגער און מער פאטאל לויט די ארגינעלע פלאן, די טעראריסטן האבן געפלאנט צו איינפלאנצן ריזיגע קוואנטומס פון אויפרייס מאטריאל אין די ווען, און עס אויפרייסן צווישן די מאסן, אבער א נאכט פאר די אטאקע האט א עקסידענט פאסירט אין די הויז ווי די אויפרייס מאטריאל איז געליגן, און האט אויפגעריסן אלע אויפרייס מאטריאל, פאליציי זאגט אז די ריזיגע קוואנטום׳ס פון אויפרייס מאטריאל וואלט געקענט אומברענגען הונדערטער און מעגליך טויזנטער.

דערווייל הערשט נאך א אומקלארקייט אויב די געפאר איז אריבער און דער הויפט פון די פאליציי אין קאטאלאניע האט געזאגט אז ער טוט נישט אויסשליסן א ווייטערדיגע אטאקע, ספעציעל נעמנדיג אין באטראכט אז דער טעראריסט געפונט זיך נאך אויף די פריי.

בילד: פיל טויטליכערע אטאקע איז וואונדערליך פארמיטן געווארן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל