די קאנסערוואטיווע רעפובליקאנער-געשטימטע פאקס ניוז נעץ האט אין ליכט פון דעם פרעזידענט׳ס קאמענטארן אפגעהאלטן א פאנעל אין וועלכע זיי האבן געוואלט לאדענען מענטשן פון אלע זייטן פון די פאליטישע דיסקוסיע, אבער זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין איין רעפובליקאנער פאליטיקאנט אדער סטראטעגיסט וועלכע זאל זיין גרייט צו קומען פארטיידיגן דעם פרעזידענט׳ס לעצטע האנדלונג.

דער פאקס ניוז דשורנאליסט שעפערד סמיט האט באלד אין אנהייב פון דעם בראדקעסט זיך פארענטפערט ״מיר זוכן אלעמאל צו ברענגען צוויי זייטן צו יעדע דעבאטע, אבער ווי עס שיינט איז דאסמאל נישט דא קיין צוויי זייטן, א שטאב פון פאקס ניוז ארבייטער האבן געארבעט שווער א גאנצן טאג און געבעטן יעדע פאליטיקאנט צו קומען פארטיידיגן דעם פרעזידענט, אבער מיר האבן נישט געקענט טרעפן״

אין אנדערע נייעס האט היינט דער געוועזענער רעפובליקאנער קאנדידאט פאר פרעזידענט מיט ראמני ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אין וועלכער ער רופט פרעזידענט טראמפ זיך צו אנטשולדיגען ״צו ער האט עס געמיינט צו נישט, דער פרעזידענט האט אין די לעצטע טעג געזאגט ווערטער וועלכע האבן געמאכט די האס גרופעס פרייליך, געמאכט מינאריטעטן דערציטערט, און די הארץ פון אמעריקע צו טרויערן״ ער האט אנגערופן די קאמנטארן גאר ערנסט און שעדליך און געשריבן אז אויב דער פרעזידנעט פארריכט נישט די שאדן וועט דאס אנמאכן א שאדן וואס מען וועט נישט קענען פארריכטן.

בילד: פאקס ניוז קען נישט טרעפן א איינציגער רעפובליקאנער צו פארטיידיגן דעם פרעזידענט



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל