טראץ וואס פרעזידענט טראמפ האלט אן א היסטאריש נידריגע צופרידנהייט ראטע, פארמאגט ער אבער א באזע פון שטיצע וואס איז כמעט פרעצעדענטלאז אין אמעריקאנער היסטאריע, א נייע אנקעטע צייגט אז פרעזידענט טראמפ איז געווען גערעכט ווען ער האט דערקלערט ביי א ראלי אז ״איך וועל בלייבן מיט מיינע שטיצער אפילו איך שיס א מענטש אינמיטן די גאס״. די אנקעטע פון מאנמאוט יוניווערסיטי צייגט אז 6 פון יעדע 10 טראמפ שטיצער האבן געזאגט אז זיי וועלן בלייבן שטיצן דעם פרעזידענט אויף יעדן פאל און קענען נישט טראכטן פון קיין שום פאל אז דער פרעזידענט זאל פארלירן זייער שטיצע. אינטרעסאנט אז צווישן פרויען איז זיין שטיצע שטערקער, ארום 72% פון די פרויען וועלכע שטיצן אים האבן געזאגט אז דער פרעזידענט וועט קיינמאל נישט פארלירן זייער שטיצע. א ענליכע בילד איז אבער אויך אויף די אנדערע זייט, ארום 57% פון די וועלכע זענען קעגן טראמפ האבן געזאגט אז זיי וועלן קיינמאל נישט טוישן זייער מיינונג איבער דעם פרעזידענט׳ס ארבייט אפילו אויב עס שטעלט זיך ארויס אז ער טוט א גוטע ארבייט, א זאך וואס באדייט אז אמעריקע וועט בלייבן פאליטיש צוטיילט אמווייניגסטנס ביז די קומענדיגע וואלן.

בילד: פרעזידענט טראמפ האלט אן א געטרייע באזע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל