בילד: מוטער פון אומגעקומענע פרוי אנטזאגט זיך צו רעדן מיט׳ן פרעזידענט

טראץ נאכאנאנדיגע געבעטן פון ווייסן הויז האט סוזען ברא די מוטער פון העטער היער, די יונגע פרוי וואס איז ערמארדעט געווארן דורך די נאציס, זיך אנטזאגט פון נעמען א טעלעפאן רוף פונעם פרעזידענט. ״איך האב נישט קיין שום אינטערעס צו רעדן מיט אים נאכדעם וואס ער האט פארגליכן מיין טאכטער צו די נעא-נאציס זאגנדיג אז עס זענען געווען פיינע מענטשן אויף ביידע זייטן״ האט זיך געזאגט אין אן אינטערוויו. סוזען ברא האט שטארק בארירט אמעריקע אין די רעדע וואס זי האט געגעבן ביי די פיונערעל פון איר טאכטער אין וועלכע זי האט גערופן פאר פרידליכקייט און ציוויליטעט אין אמעריקע. זי האט באלד נאך די טראגעדיע באדאנקט דעם פרעזידענט פאר זיינע טרייסט וואונטשן און געזאגט אז זי נעמט נישט קיין פאליטישע שטעלונג, אבער לויט ווי זי זאטג האט זיך איר מיינונג געטוישט נאך די פרעסע קאנפערענץ אין וועלכע דער פרעזידענט האט פארטיידיגט די נעא-נאציס און ווייסע נאציאנאליסטן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל