די אטאקע וואס איז נעכטן פארגעקומען נעכטן איז שאקירנד אבער נישט קיין איבעראשונג, אויטאריטעטן אין שפאניע האבן זיך געראכטן אז אזא אטאקע קען פארקומען, און באריכטן אין די שפאנישע פרעסע געבן אן אז די סי-איי-עי האבן געווארנט די דארטיגע אויטאריטעטן אז די טעראריסטן קענען זוכן צו ספעציפיש צילן דעם ארט. דער רב פון בארצעלאנע רבי מאיר בר-חן האט אין א געשפרעך מיט די פרעסע געזאגט אז די אויטאריטעטן האבן אים געווארנט לעצטנס אז עס הערשט א טעראר געפאר אויף די שטאט.

די אטאקע איז פארגעקומען פארנט פון א באקאנטע כשר׳ער רעסטוראנט אין שטאט, און פילע אידן וועלכע האבן זיך געפונען אויפ׳ן ארט האבן זיך צוזאמענגענומען אינעם רעסטוראנט אין די צייט פון די אטאקע און געזאגט אינאיינעם תהלים. דער רב זאגט אז די פאליציי אפיציר האט אים רעקאמענדירט צו פאשפארן אלע אידישע בתי מדרשים און מוסדות צוליב א ווייטערדיגע זארג פאר נאך א טעראר אטאקע אין וועלכע די אידישע פלעצער קענען זיין א ציל, אבער דער רב זאגט אז די בתי מדרשים וועלן בלייבן אפן און עס וועט זיין פארשטערקערטע זיכערהייט.

בילד: דער רב פון בארצעלאנע רבי מאיר בר-חן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל