אין די לעצטע טעג האט מען געהערט קריטיק אויפ׳ן פרעזידענט פון פארשידענע רעפובליקאנער, אבער גאר איבעראשנד איז געווען די שארפע קריטיק אויפ׳ן פרעזידענט וועלכע איז געקומען פון סענאטאר באב קארקער, דער רעפובליקאנער סענאטאר פון טענעסי, וועלכע ווערט אפט באצייכנט אלס איינער פון די מערסט רעספעקטירטע סענאטארן און שטייט אין שפיץ פון די סענאט אויסלענדישע אנלעגנהייטן קאמיטע, און  איינער וועלכער איז געווען פון די ערשטע שטיצער פאר דאנעלד טראמפ׳ס פרעזידענטליכע קאנדידאטור איז ארויסגעקומען מיט א גאר שארפע פארדאמונג קעגן דעם פרעזידענט.

״דערווייל האט דער פרעזידענט נישט געצייגט קיין סטאביליטעט אדער קאמפעטענץ וועלכע זאל צייגן אז ער קען זיין סוקסעספול, און מיר ווילן ער זאל זיין סוקסעספול, אמעריקע וויל ער זאל זיין סוקסעספול״ האט ער געזאגט פאר רעפארטער אין טענעסי און צוגעלייגט ״ער האט געצייגט אז ער פארשטייט נישט די כאראקטער פון אמעריקע״ און צוגעלייגט אז ער האפט אז דער פרעזידענט וועט זיך בארעכנען און נעמען די ריכטיגע שריט. ער האט אויך קריטיקירט די פאקט אז דער פרעזידענט פארטיידיגט די קאנפעדרעיט סטאטוען און געזאגט אז טראץ וואס ער האלט אז מען דארף באשיצן אמעריקע באלאנגען אבער די סטאטוען אין א מוזעאום און נישט צו ווערן באעהרט אויף די גאסן.

קארקער איז די לעצטע אין א רייע פון סענאטארן צו פארדאמען דעם פרעזידענט, אבער זיינע קאמענטארן זענען גאר שארף, און עס קומט פון איינער וועלכער איז געווען געטריי צום פרעזידענט ביז די לעצטע שטורעם. דער פרעזידענט האט אטאקירט אנדערע רעפובליקאנער סענאטארן אבער עס איז שווער צו זעהן אז ער זאל קענען אטאקירן קארקער וועלכער איז געווען פון זיינע לעצטע פריינט אינעם סענאט.

בילד: רעפובליקאנער סענאטאר: דער פרעזידענט איז נישט סטאביל און קאמפעטענט





גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל