מערערע אייסיס אטאקעס טרייסעלט אויף אייראפע

אייראפּע איז דאנערשטאג אווענט אויפגעטרייסלט געווארן פון צוויי באזונדערע גוט אויספּלאנירטע טעראר אקציעס אין צוויי באזונדערע שטעט אויף וואס אייסיס האט באלד גענומען פאראנטווארטליכקייט. דאס איז פארגעקומען ווען דאס פאלק איז אויף זומער וואקאציע, אזוי ווי עס פירט זיך אין אויגוסט, איז דער ציל פון דעם איצטיגן טעראריזם געווען אפּצושרעקן און אויפצוטרייסלען אלעמען, אז מען זאל פּשוט מורא האבן ארויסצוגיין אויף די גאס.

בארצעלאנא איז פון די פראמינענטסטע טוריסטן פלעצער אין אייראפע, מיט איבער 11 מיליאן באזוכער א יאר.

די ערשטע אטאקע איז פארגעקומען אין בארצעלאנא, ווען די טעראריסטן זענען געפארן מיט א טראק און אראפּגעקלאפּט מענטשן אויף רעכטס און לינקס. דאס האט נאכאמאל געוויזן ווי עס איז אוממעגליך זיך צו באשיצן פון אזא סארט אטאקע, כאטש מען שפּארט יא אפּ מערערע שטחים וואו עס קומען זיך צוזאם א סאך מענטשן נישט צו ערלויבן קיין אויטא פארקער דארטן. מען האט אבער אויך געזען אין שפּאניע ווי אזוי די פּאליציי און רעטונג אינסטאנצן זענען געווען גוט מאביליזירט, גרייט ח״ו אויף אזעלכע אינצידענטן. דאס האט פילייכט געראטעוועט דעם מצב ביים צווייטן אינצידענט עטוואס שפּעטער, און האט אויך ערמעגליכט צו ראטעווען א סאך פון די ערנסט פארוואונדעטע.

די איצטיגע טעראר כוואליע איז אין איין הינזיכט ערגער פון די פריערדיגע, ווייל עס איז געווען ווי א סיגנאל פאר טעראריסטן אויך אנדערשוואו דורכצופירן זייערע שטיק, ווי מען האט געזען אז א דזשיהאדיסט האט פרייטאג געשטאכן עטליכע מענטשן אין פינלאנד, א לאנד וואס האט נישט געוואוסט פון טעראריזם ביז איצט, ביז מען האט דערשאסן דעם טעראריסט.

ווי פארשטענדליך, האט מען פארשטארקט באווארענונגען איבעראל, מיט די האפענונג צו פארמיידן אדער כאטש מינימיזירן אנדערע טעראר אינצידענטן, אבער די אינסטאנצן זענען ערנסט באזארגט אז דאס וואס מען האט פאראויסגעזאגט עטליכע חדשים צוריק, הויבט אן פארווירקליכט צו ווערן, און מען דארף טוישן דעם צוגאנג אינעם קאמף קעגן אייסיס טעראריזם.

ווען אייסיס האט אנגעהויבן צו ליידן גרויסע פארלוסטן אויפ׳ן שלאכטפעלד אין סיריע און איראק, האבן די עקספּערטן געווארענט אז אייסיס וועט טאקע אפּגעשאפן ווערן אלס א ״קאליפאט״ (מלוכה-מדינה), אבער עס וועט זיך טוישן צו אן אינטערנאציאנאלע טעראר ארגאניזאציע, אז די דזשיהאדיסטן וועלן דורכפירן טעראר אטאקעס איבער די וועלט, איבערהויפּט אייסיס סימפּאטיקער און קעמפער וועלכע וועלן אהיימפארן צו זייערע אריגינעלע לענדער אראפגעקלאפט פון די דורכפאלן אין סיריע און איראק, אנגעפולט מיט האס און נקמה שטרעבונגען, און אזוי ווי זיי וועלן ווייטער אויפגעהעצט ווערן דורכ׳ן אינטערנעט, וועלן זיי זיך ארויסלאזן אויף באזונדערע אייגענע טעראר אקציעס.

אין שפּאניע האט מען אבער אויך געזען אז דאס איז געווען א מער קאארדינירטע אקציע, און די אויספארשער לייגן אריין גרויסע כוחות צו דערגיין אלע אינפארמאציע ארום יעדן פון די טעראריסטן, וואס אזוי וועט מען קענען בעסער קומען אויף די שפּירן אויך פון אנדערע טעראריסטן, און בעסער אויסקענען זיך מיט די פרישע פינסטערע פּלענער וואס ווירבלען זיך אין זייערע צעדרייטע מוחות.

עס איז שוין די זעקסטע קאר-ווען אטאקע אין אייראפע זינע פאר א יאר, מיט איבער 100 פארלוסטן, ל״ע.

גלייכצייטיג בעט מען אויך יעדן מענטש איבעראל, צו זיין מער אויף די וואך, שטענדיג, וואס אויב מען זעט די מינדעסטע זאך וואס איז אויפפאלענד, זאל מען זאפארט טעלעפאנירן די פּאליציי. מען זאל נישט אליין מאכן חשבונות אז דאס איז ״ווארשיינליך גארנישט״, דאס איז די ארבייט פון די פּאליציי אינסטאנצן און זיי בעטן אז מען זאל זיי נישט פארשוינען, מען זאל זיי יא אלארמירן אויף יעדע מינדעסטע אדער פארדעכטיגטע זאך וואס מען זעט אדער הערט.

ווי פארשטענדליך, בעטן מיר און מיר פארלאזן זיך אויף הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל, אז דער באשעפער זאל אפּהיטן זיינע אידישע קינדער בכלל ובפרט פון די אלע אנשיקענישן און טעראריזם.


טעראריזם אין בארצעלאנא

א שוידערליכער טעראר אינצידענט איז פארגעקומען דאנערשטאג ארום 00:5 אזייגער נאכמיטאג אין דעם לאס ראמבלאס צענטער פון בארצעלאנא, ווען אייסיס טעראריסטן זענען אריינגעפארן מיט א טראק מיט א גרויסע שנעלקייט פון 60 מייל פּער שעה אין פארזאמעלטע מענטשן. דער טראק איז געפארן אויף רעכטס און לינקס אראפּצוקלאפּן ווי מער מענטשן, און עס איז טאקע געווען איבער הונדערט פארוואונדעטע מיט 14 טויטע, אריינגערעכנט ווייניגסטנס איין אמעריקאנער טוריסט פון סאן פראנציסקא.

עס איז געלונגען פאר די פּאליציי צו ארעסטירן דריי פארדעכטיגטע, אבער דער דרייווער פונעם טרעקל, דער 18 יעריגער מוסא אוקאביר, א געבוירענער פון מאראקא, האט יא באוויזן צו אנטלויפן און ער איז געווארן דער מייסטנס געזוכטער מענטש אין אייראפּע.

די פּאליציי וויל אויך פעסטשטעלן צי ער האט זיך אנגעשלאסן אין די צווייטע אטאקע וואס איז פארגעקומען אביסל שפּעטער אין קאמברילס וואס עס איז שוין פעסטגעשטעלט געווארן אז דאס האט געהאט א פארבינדונג מיט די בארצעלאנא אטאקע.

די בארצעלאנא אטאקע איז געווען גוט אויספּלאנירט מיט א געלונגענעם חשבון צו פארשפּרייטן טעראר זארגן איבער די גאנצע וועלט, ווי מען זעט אז צווישן די פארוואונדעטע זענען געווען מענטשן פון ווייניגסטנס 24 לענדער! עס איז דאך איצט אין ברען פונעם זומער טוריסטן סעזאן, האט אזא אטאקע געשאפן שרעק נישט בלויז אין שפּאניע וואו ס'איז פארגעקומען, נאר אויך אין די היימלענדער פון די מענטשן וואס זענען גע'הרג'עט אדער פארוואונדעט געווארן אין שפּאניע.

די אטאקע אין בארצעלאנא האט נאך מער אויפגעשוידערט אלעמען, ווייל אלעס איז באלד אויפגעכאפּט געווארן מיט בילדער און ווידעא און איז זאפארט "געפלויגן" אויפ'ן אינטערנעט, קען מען זיך פארשטעלן די רעאקציעס ווען מען זעט די פארוואונדעטע מענטשן וואלגערנדיג זיך אין יסורים אויף דער ערד, די קאלוזשעס בלוט, שפּילצייג וואס קינדער האבן איבערגעלאזט אין א פּאניק ביים אנטלויפן פון די אטאקע, ווי אויך דראמאטישע בילדער פון ליידיגע רעסטוראנטן פון וואו די מענטשן זענען אנטלאפן איבערלאזנדיג האלב- אויפגעגעסע מאכלים, משקאות און אייס קרים אויף די טישן. אזעלכע סארט "קלייניקייטן" ברענגען ארויס א מער "פערזענליכן" געפיל ביי מענטשן וואס זעען די בילדער, אז דאס איז נישט עפעס א "פרעמדע" זאך טויזענטער מייל אוועק, נאר דאס קען געשען כאטש וואו און ווען, צו כאטש וועמען.

פאקטיש האט זיך די געשיכטע אנגעהויבן שוין א טאג פריער, מיטוואך, ווען א הויז האט אויפגעריסן אין דעם רעזארט שטעטל על קאנאר, וואס איז 120 מייל דרום פון בארצעלאנא. דאס הויז איז געווען פול מיט גאז קאנעס און דאס איז געווען א באמבע פאבריק פאר טעראריסטן. איינער איז אומגעקומען ביים אויפרייס וואס האט איינגעווארפן דאס גאנצע הויז. דאס האט פילייכט אלארמירט די שפּאנישע פּאליציי אז "עפּעס" קאכט זיך ביי די טעראריסטן.

די פּאליציי וויל אויך פעסטשטעלן צי דאס הויז האט אויפגעריסן בטעות, וואס צוליב דעם האבן די טעראריסטן שנעלער געמוזט דורכפירן זייער ווען אטאקע, אדער פילייכט האבן די טעראריסטן באוואוסטזינדיג אויפגעריסן דאס הויז צו פארניכטן באווייזן ווען זיי זענען שוין גרייט געווען אויף זייערע אטאקעס. מען האט ארויסגעשלעפּט איינעם פון די ברוכווארג, און ער איז אונטער אויספארשונג.

די "סי. איי. עי." האט שוין צוויי מאנאטן צוריק געווארנט די שפּאנישע אינסטאנצן אז אמעריקע האט אינפארמאציע אז טעראריסטן לאקערן מיט א "באלדיגע" טעראר אטאקע אין בארצעלאנא.

די אלע זאכן קען אבער נישט פארמיידן אן אנטשלאסענע באנדע טעראריסטן דורכצופירן אזא סארט אטאקע מיט א קאר אדער טראק, ווי זיי האבן שוין געטאן אין עטליכע שטעט אין אייראפּע פאר א יאר, וואס די ערגסטע אטאקע איז געווען פאר א יאר, יולי 14 ,אין ניעס, פראנקרייך, וואו דער טעראריסט האט באוויזן אומצוברענגען 86 מענטשן און פארוואונדעטע נאך מער, ווען ער איז געפארן מיט זיין טרעקל נעבן א ביטש אראפּקלאפּנדיג מענטשן אויף רעכטס און לינקס ביז מען האט געקענט שיסן דעם טעראריסט.

דאנערשטאג נאכמיטאג, 4:00 אזייגער, האט דער טעראריסט מוסא אוקאבי דורכגעפירט די שוידערליכע אקציע אין בארצעלאנא. דאנערשטאג אווענט איז דריס אוקאבי אן עלטערער ברודער פון מוסא געגאנגען צו די פּאליציי זאגנדיג אז זיין יונגערער ברודער האט צוגע'גנב'עט זיין אידענטיפיקאציע וואס ער האט גענוצט צו דינגען דאס ווייסע פיאט טרעקל. פריער האט ערגעזאגט אז ער האט געדינגען דאס טרעקל, איז ער ארעסטירט געווארן פאר ווייטערדיגע אויספארשונג.

ווי עס פירט זיך נאך אזא אטאקע, איז די ערשטע זארג צו ראטעווען די פארוואונדעטע און פארשטארקן די זיכערהייט באווארענונגען קעגן פרישע אטאקעס. דאס האט פילייכט געברענגט צו די גרעסערע פּאליציי וואכזאמקייט וואו עס איז געלונגען פאר די פּאליציי צו דערשיסן אויף טויט פינף דזשיהאדיסטן פרייטאג ביינאכט אין די צווייטע אטאקע אין קאמברילס, א רעזארט שטאט צווישן בארצעלאנא און אלקאנאר.

די אויספארשער, מיט די הילף פון די היינטיגע פארגעשריטענע סאפיסטיקירטע טעכנאלאגיע און מיט אינטערנאציאנאלע פּאליציי קאאפּעראציע, קען אויך שנעל דערגיין די גאנצע היסטאריע פון יעדן פארדעכטיגטן, און מען קריכט שנעל אריין אין זייערע אינטערנעט פארבינדונגען און קאמוניקאציעס פּרובירנדיג צו דערגיין ווער נאך עס איז געווען פארבינדן מיט אזא קאנספּיראציע, און מען פירט דורך פרישע ארעסטן סיי אפּצושטעלן אנדערע טעראר אקציעס, און געווענליך באקומט מען אויך ארויס אינפארמאציע ווען מען פארשט די ארעסטאנטן, וואס איז בייהילפיג אין די אויספארשונגען.

אין בארצעלאנא, איז אוקאביר געפלויגן מיט א שנעלקייט פון 60 מייל פּער שעה אויף א שטרעקע פון ארום 500 יארד, וואס איז אזוי ווי 7 שטאטישע בלאקס אין ניו יארק. ער האט אראפּגעקלאפּט מענער, פרויען און קינדער, אריינגערעכענט צענדליגער טוריסטן.

מען פארדעכטיגט אז ער האט געדינגען מעגליך דריי טרעקלעך נוצנדיג די אידענטיפיקאציע פון זיין 28 יעריגן ברודער וועלכער איז צווישן די דריי פארדעכטיגטע וואס זענען שוין ארעסטירט געווארן.

אין דעם איינגעווארפענעם הויז אין אלקאנאר, האט די פּאליציי אויך געפינען מאפּעס פון בארצעלאנא, א באשטעטיגונג אז דאס איז ווארשיינליך געווען די הויפּטקווארטיר פון די טעראר באנדע.

אייסיס האט באלד גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די אטאקעס, וואס זענען ענליך צו אטאקעס אין לאנדאן, בערלין, שטאקהאלם און ניעס וואס אויך דארט האבן די טעראריסטן גענוצט געדינגענע טרעקלעך פאר זייערע אטאקעס.

די פארשטארקטע פּאליציי באווארענונגען האט אויך פאראורזאכט א טראגישן אינצידענט ווען די פּאליציי האט דערשאסן צום טויט א דרייווער וועלכער האט זיך נישט אפּגעשטעלט ביי א פּאליציי "ראודבלאק" אין דעם שטעטל סאוט דזשאסט דעסווערן, וואס איז נאענט צו בארצעלאנא, אבער די פּאליציי גלויבט אז יענער איז נישט געווען קיין טעראריסט.

נאכדעם ווי דער ווען האט נישט געקענט ווייטער פארן, זענען טעראריסטן ארויסגעשפּרינגען פונעם טרעקל, און עס איז געלונגען פאר'ן דרייווער צו אנטלויפן אויף די לא ראמבלא גאס וואו ער האט זיך איינגעדרייט אויף לינקס אין די קארער דעלעס טאלערס גאס וואו ער איז פארשווינדן צווישן די דארטיגע מאסן.

די בארצעלאנא אטאקע איז נאכמער שרעקעדיג, ווען מען האט געהערט פון שכנים פון די אוקאביר פאמיליע אז דער 17 יעריגער מוסא האט אויסגעזען ווי א נארמאלער "טינעידזשער" וועלכער האט ליב ספּארטס. קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז אין אזא הויז קען א נארמאלער יוגענטליכער אריינגעדרייט ווערן אין טעראריזם, וואס דאס ברענגט א שרעק, ווי אזוי מען קען נישט וויסן, און ווי אזוי מען קען זיך נישט באווארענען אז א נארמאלער מענטש זאל אריבערגיין צו אן אומנארמאלען צושטאנד און ווערן א מערדערישער דזשיהאדיסט. פאקטיש האט אבער דער "אומשולדיגער" יוגענטליכער שוין עטליכע יאר צוריק אנגעהויבן שפייען אויפ'ן אינטערנעט מיט האס קעגן נישט- מוסולמענער.

א קאנטער-טעראריזם עקספּערט האט פרייטאג געזאגט אז די בארצעלאנא טעראריסטן האבן געהאט גראנדיעזע פּלענער דורכצופירן גרעסערע אטאקעס, הרג'ענען מער מענטשן מיט באמבעס און גרעסערע טראקס, נאר זיי האבן נישט געקענט דינגען קיין גרויסע טראקס ווייל זיי האבן נישט געהאט די ריכטיגע ערלויבענישן, האבן זיי זיך געמוזט באגנוגען מיט ווענס, און נאכדעם ווי זייער באמבע פאבריק האט אויפגעריסן מיטוואך, האבן זיי ווארשיינליך ווידעראמאל געטוישט דעם פּלאן, שוין דורכצופירן אטאקעס מיט וואס זיי קענען, ווארשיינליך צוליב זארג אז מען וועט קומען אויף זייערע שפּירן ביי די אויספארשונגען פון זייער באמבע פאבריק.

שפּאניע'ס קעניג פיליפּעי אינאיינעם מיט'ן שפּאנישן פּרעמיער מיניסטער און אנדערע וויכטיגע פּערזענליכקייטן זענען געווען אין שפּיץ פון א מאסן פארזאמלונג פרייטאג ביים צענטער פון לאס ראמבלאס וואו מען האט באעהרט די אומגעקומענע מיט א מינוט פון שטילשווייגן און דערנאך האט מען געהערט שטורמישע אפּלאדיסמענטן, ווי א דעמאנסטראציע פון סאלידאריטעט אינעם קאמף קעגן טעראריזם.

שטיצע און סימפּאטיע אויסדרוקן צו שפּאניע איז געקומען פון איבער די גאנצע וועלט, אריינגערעכנט פון פּרעזידענט טראמפּ אין וואשינגטאן וועלכער האט אויסגעדרוקט מיטלייד און פארשפּראכן אלע מעגליכע הילף.

דער פּרעזידענט האט פרייטאג ווידערהאלט דעם נויט "אפּצושטעלן איסלאמישע טעראר מיט אלע מעגליכע מיטלען" ווען ער האט פארזיכערט דאס אמעריקאנער פאלק אז זיי דארפן נישט זיין באזארגט איבער די דזשיהאדיסטישע אטאקעס אין שפּאניע.

איינס פון די זאכן וואס אינטריגירט די אינטערנאציאנאלע אויספארשער איז די שרעקליכע ענליכקייטן צווישן די אטאקעס אין שפּאניע מיט די אטאקעס וואס זענען פארגעקומען אין לאנדאן אויף די לאנדאן בריק און אויף די וועסטמינסטער בריק אין יוני, וואס ביי די לאנדאן בריק אטאקע האבן דריי איסלאמער עקסטרעמיסטן גענוצט א געדינגענעם ווען ארויפצופארן אויף די בריק און אראפּקלאפּן מענטשן, דערנאך זענען זיי ארויסגעשפּרינגען פונעם טרעקל און האבן אנגעהויבן צו שטעכן מענטשן. די דריי טעראריסטן האבן געהאט פאלשע זעלבסטמארד וועסטלעך, וואס דאס האט געדארפט אפּשרעקן די פּאליציי פון דערנענטערן זיך צו זיי, אבער אלע דריי זענען ביז געציילטע מינוטן געשאסן געווארן דורך די פּאליציי. אכט מענטשן זענען אומגעקומען און איבער 50 זענען פארוואונדעט געווארן אין יענע אטאקע, פארשן איצט די אינסטאנצן צי די ענליכקייטן זענען געווען מער ווי א צופאל, אז דאס איז טייל פון א מייסטער פּלאן וואס די טעראריסטן האבן איצט פארזייערע אייראפּעאישע אטאקעס.

אין די לאנדאן אטאקע האבן די דריי טעראריסטן אנגעפולט זייער ווען מיט 14 גאזאלין באמבעס, וואס האט געברענגט זארג צי די טעראריסטן האבן געהאט פּלענער אויף נאך א גרעסערע אטאקע וואס איז צו מזל פארמיטן געווארן. דאס זעלבע האט מען געפינען איבער 20 גאז באמבעס אין די ברוכווארג פון דעם אויפגעריסענעם הויז אין אלקאנאר, מיט אנדערע באווייזן אז זיי האבן געהאלטן אט אט ביי א בארצעלאנא אטאקע.

נאך א פארבינדונג צווישן לאנדאן און שפּאניע איז, אז טייל פון די פארדעכטיגטע זענען אפּשטאמיגע פון מאראקא


די דזשיהאדיסטישע אטאקע אין קאמבריל

ארום 1:00 אזייגער דאנערשטאג נאכט איז פארגעקומען די צווייטע אטאקע אין קאמבריל, וואס איז געווען געצילט אויף טוריסטן און אנדערע וואס האבן זיך פארוויילט שפּעט ביינאכט, ווען 5 אייסיס דזשיהאדיסטן זענען שנעל געפארן מיט אן אודי קאר אריינקראכנדיג אין מענטשן. איין פרוי איז אומגעקומען, זעקס זענען פארוואונדעט געווארן אריינגערעכנט איין פּאליסמאן, וואס דאן האט זיך זייער קאר איבערגעדרייט. זיי זענען ארויסגעשפּרינגען מיט מעסערס אין די הענט, לויפנדיג אין די ריכטונג פון א פּאליציי פרוי וועלכע האט באוויזן אן אומגלויבליכע מזל'דיגע זאך, אז ווען זי האט אנגעהויבן שיסן מיט איר גאן האט זי גע'הרג'עט פיר פון די טעראריסטן!

דער 5'טער איז געפאלן א פארוואונדעטער, אבער ער איז צוויי סעקונדעס שפּעטער אויפגעשפּרינגען און לאכנדיג, האט ער אנגעהויבן לויפן צו די פּאליציי, וועלכע האבן אים געשאסן מיט 15 קוילן ביז ער איז געפאלן טויט.

איינער וואס האט געזען ווי דער פארוואונדעטער איז אויפגעשטאנען און האט אנגעהויבן לויפן צו די פּאליציי האט געזאגט אז עס האט אויסגעזען אין זיינע אויגן ווי יענער איז געווען פארדראגט. די פינף טעראריסטן האבן געהאט אנגעטון "זעלבסטמארד וועסטלעך" אפּצושרעקן די פּאליציי פון דערנענטערן זיך צו זיי. די פּאליציי האט פארזיכטיג אויפגעריסן די וועסטלעך פון די טויטע טעראריסטן, פאר'ן דערנענטערן זיך, אזוי האט מען פעסטגעשטעלט אז דאס איז גאר געווען ליידיגע וועסטלעך, געצילט צו דערשרעקן די פּאליציי.

עס האט נישט לאנג געדויערט פעסטצושטעלן אז די אטאקע אין קאמבריל האט געהאט א פארבינדונג מיט די פריערדיגע אטאקע אין בארצעלאנא און עס איז געווען שפּאקולאציע אז פילייכט איז מוסא אוקאביר אויך געווען צווישן די אומגעקומענע אין קאמבריל.

פרייטאג איז די פּאליציי אין אייראפּע פארנומען געווען צו פּרובירן כאפּן א צאל פארדעכטיגטע דזשיהאדיסטן וועמענ'ס בילדער זענען ברייט פּובליצירט געווארן.

אגב, איז קאמבריל די שטאט וואו מוכאמעד אטא, דער על קאידא פּילאט פונעם ערשטן עראפּלאן וואס האט אריינגעקראכט אין ווארלד טרעיד צענטער, האט זיך געטראפן מיט דעם היידזשעקער פון יענעם עראפּלאן אין יולי, 2001, וואו זיי האבן אויספּלאנירט די אטאקעס איבער אמעריקע פון סעפּט. 11 ,2001.


דער אינצידענט אין פינלאנד

קוים האט מען זיך אנגעהויבן צונויפצוקלויבן פון די טעראר אינצידענטן פון שפּאניע, איז מען פרייטאג אויפגעטרייסעלט געווארן פון א פרישן טעראר אינצידענט, דאס מאל אין דעם לאנד פינלאנד, וואס האט נישט פיגורירט ביז איצט אויף די מאפּע פון טעראריזם. (פינלאנד גרעניצט זיך מיט רוסלאנד אויף מזרח, נארוועגיע אויף צפון און שוועדן אויף מערב.)

א צעווילדעוועטער טעראריסט, אנגעבליך שרייענדיג "א-לא אכבאר!" וואס דאס איז די אראבישע לאזונג פון "דער באשעפער איז דערגרעסטער" וואס די דזשיהאדיסטן שרייען ווען זיי פירן דורך זייערע מערדערישע אטאקעס, האט ארויסגעכאפּט א מעסער און האט געשטאכן עטליכע מענטשן אין די שטאט טורקו, אין א מארקעט וואו מענטשן האבן איינגעקויפט.

לויט די ערשטע באריכטן זענען 5 פרויען און איין מאן געשטאכן געווארן פון דעם טעראריסט מיט'ן גרויסן מעסער ביז די פּאליציי האט געשאסן דעם טעראריסט אין די פיס און האט אים ארעסטירט. א קורצע צייט דערויף האט מען געהערט אז 2 פון די פארוואונדעטע איז געשטארבן. (שפעטער האט מען געהערט פון מינימום 8 פארוואונדעטע.)

די פּאליציי האט באלד ביי די אטאקע אלארמירט יעדן אוועקצושטיין פון שטאטישן צענטער, און מ'האט דערנאך יעדן צו בלייבן אין די הייזער, נישט ארויסצוגיין אויף די גאס ביז מ'קען פארזיכערן אז עס איז שוין נישט קיין געפאר.

די פּאליציי האט אויך פארשטארקט די זיכערהייט באווארענונגען אין גאנצן לאנד, איבערהויפט ביים לופטפעלד אין העלסינקי, וואס עס איז דאך באוואוסט אז עירפּארטס און עראפּלאנען איז א הויפּט ציל פאר די סארט טעראריסטן, און דאס זעלבע האט מען אויך פארשטארקט די וואך ביי די באן סטאנציע, וואס אויך דאס איז א ציל פאר טעראריסטן ווייל דארטן קען אן אטאקע פארמערן די צאל פארלוסטן.

די אטאקע אין טורקו איז פארגעקומען פרייטאג ארום 40:4 נאכמיטאג ווען עס האט זיך געווירבעלט מיט אקטיוויטעט אינעם צענטער.

איצט וועט די פּאליציי, מיט הילף פון אינטערנאציאנאלע זיכערהייט און פּאליציי אגענטורן, נאכזוכן אלע אינפארמאציע איבער דעם טעראריסט, סיי אויסצוגעפינען ווער נאך עס איז געשטאנען אונטער די אטאקע און נאך וויכטיגער פון דעם, פעסטצושטעלן צי דאס איז טייל פון א קאנספּיראציע אויף נאך אטאקעס.

די אטאקע אין פינלאנד האט אויך פארשטארקט די טעראר זארג אין גאנץ אייראפע, און ווען מ'האט געהערט אז עמיצער האט געשטאכן 2 מענטשן אין דיסעלדארף, דייטשלאנד, איז אויטאמאטיש געווארן דער ערשטער פארדאכט אז אויך דאס קען זיין פארבינדן מיט א פרישע טעראר אטאקע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל