בילד: פייער אפשטעל אין סיריע איז דויערהאפטיג

טראץ וואס ביז יעצט זענען אלע פייער אפשטעלן צושטערט געווארן און די קריג איז אנגעגאנגען אן אויפהער קוקט אויס אז צום ערשטן מאל איז דא האפענונג אז די בלוטיג קריג זיך ענדיגן, לאקאלע גרופעס וועלכע אבזערווירן די צושטאנד זאגן אז די לעצטע פייער שטילשטאנד וואס איז אויסגעהאמערט געווארן דורך אמעריקע און רוסלאנד טוט דערווייל אנהאלטן גאר שטארק, און פילע געגענטער וואס איז געווען פארלאזט טוען זיך שוין איינוואוינער צוריקקערן צו די היימען. די געגענט פון די פייער אפשטעל איז אין דרום מערב סיריע, נעבן די גולן בערג און די גרעניץ מיט מדינת ישראל, די געגענט איז צוטייל צווישן די רעבעלן און די אסאד רעזשים וועלכע האט קאנטראל איבער די שטאט קונטיירע. אזוי אויך האט מדינת ישראל באוויזן צו איבערצייגן רוסלאנד און אמעריקע נישט צו לאזן קיין איראנער אנוועזנהייט אין די געגנט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל