וואשינגטאן – פרייטאג איז געווען פרישע דראמא אין ווייסן הויז, ווען פרעזידענט טראמפ האט אויפגעזאגט דעם אולטרא-קאנסערוואטיוון פיגור סטיוו בענאן פון זיין פאזיציע אלס הויפט סטראטעגיסט, נאכדעם וואס בענאן איז באטראכט געווארן דורך פילע טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע אלס דער וואס ליעקט ארויס נעגאטיווע אינפארמאציע צו די מידיא.

בענאן'ס אויפזאגונג איז אויך, לויט אנאליסטן, געקומען אין רעאקציע צום גרויסן שטורעם וואס איז אנטשטאנען אין וואשינגטאן און איבער'ן לאנד קעגן טראמפ'ס ווייכע ווערטער איבער די ווייסע נאציאנאליסטן און נעא-נאציס וועלכע האבן געשטורעמט און ראיאטירט פאריגע וואך שבת אין שארלוטסוויל, ווירדזשיניע, וואס פילע האבן באשולדיגט אז בענאן האט געדרוקט טראמפ נישט ארויסצוקומען צו שארף קעגן די נעא-נאציס.

אצינד אז בענאן איז אינדרויסן פון ווייסן הויז, האט ער זיך באלד צוריקגעקערט צו זיין פאזיציע אלס הויפט רעדאגירער פון די קאנסערוואטיווע "ברייטבארט ניוז" נייעס אגענטור, און די "עקסיאס" נייעס אגענטור האט באריכטעט פון קוועלער נאענט צו בענאן אז ער גרייט זיך צו גיין ממש אין א "נוקלעארע קריג" קעגן די מעסיגע באאמטע אינערהאלב דער טראמפ אדמיניסטראציע.

בילד: סטיוו בענאן דערקלערט "נוקלעארע קריג" קעגן פרעזידענט טראמפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל