בארצעלאנא – די רעגירונג אין שפאניע זאגט אז דער טעראר צעל וואס איז געשטאנען אונטער דער בארצעלאנא אטאקע, איז גענצליך אפגעשאפן. די אויטאריטעטן זאגן אז זיי זענען נאכגעגאנגען די אידענטיטעטן פון אלע פארמישטע אין דער אטאקע און אלע אנדערע פארבינדעטע ארעסטירטע, און געקומען צום אויספיר אז עס זענען מער נישטא קיין שום פארבליבענע מיטגלידער. אבער אין דער זעלבער צייט גייט ווייטער אן די מאסיווע זוך אקציע נאכ'ן פארשוין וועלכער האט דורכגעפירט די אטאקע מיט'ן ווייסן ווען, א 22 יעריגער מאראקאנער פארשוין ביים נאמען יונאס אבו-יאקואב, וואס באריכטן האבן געהאט געצייגט אז ער איז אומגעברענגט געווארן דורך פאליציי פרייטאג אינדערפרי אין א פרישע שיסעריי אטאקע, אבער דאס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש. אויך זוכן די אויטאריטעטן א מיסטעריעזן מוסולמענער אימאם ביים נאמען אבדעלסאקי על סאטי, וועלכער ווערט פארדעכטיגט אז ער האט ראדיקאליזירט די גרופע וועלכע האט דורכגעפירט די בארצעלאנא אטאקע, און ווי די אויטאריטעטן זאגן איז מעגליך אז על סאטי איז אומגעקומען אין א הויז אויפרייס עטליכע שעה נאך דער קאר אטאקע, וואס מען גלייבט אז דער אויפרייס האט פאסירט אינמיטן צוגרייטן א באמבע פאר נאך אן אטאקע.

בילד: זוכענישן נאך בארצעלאנא טעראריסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל