בערלין – מער ווי 500 נעא-נאציס האבן נעכטן מארשירט אין בערלין, דייטשלאנד, אפצוצייכענען דעם דרייסיגסטן יארטאג פון ווען דער היטלער דעפיוטי רודאלף העס איז געשטארבן. העס איז געווען דער לעצט פארבליבענער לעבעדיגער פון די ניינצן נאענטע דעפיוטיס צו היטלער, און ער איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע ביי די נורעמבורג פראצעסן נאכ'ן צווייטן וועלט קריג. העס איז אין יאר 987' באגאנגען זעלבסטמארד זיצנדיג אינעם ספאנדאו טורמע אין בערלין, ברענגענדיג אן ענדע צו זיין שמוציג און ברוטאל לעבן. די הונדערטער נעא-נאציס האבן דעריבער געוואלט מארשירן טאקע פארנט פון דער ספאנדאו טורמע, אבער זענען שארף פארשריגן געווארן דורך עטליכע טויזנט קאנטער-פראטעסטירער וועלכע האבן זיך פארזאמלט און זיי פארדאמט פאר׳ן ארויסקומען, און געשאפן א מענטשליכע בלאקאדע אין די גאסן ארום דער ספאנדאו טורמע, נישט צולאזנדיג די נעא-נאציס קומען נאענט צו דער טורמע.

בילד: נעא-נאציס מארשירן פאר רודאלף העס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל