אייאווע – ווידעראמאל האט זיך ארויסגעשטעלט קלארע צייכענעס אז די ריכטערין וועלכע האט פאראורטיילט הרה"ח ר' שלום מרדכי רובאשקין הי"ו צו 27 יאר טורמע, האט געטאן אן אומדערהערטע אומבארעכטיגטע שריט און דער אורטייל איז קלאר געווען באאיינפלוסט צו וויי-טאן און טשעפען ר' שלום מרדכי אלס איד. דאס האט זיך ארויסגעשטעלט מיט עטליכע טעג צוריק, ווען ריכטערין לינדא ריעד האט פאראורטיילט א טעראר-שולדיגן צו ווייניגער ווי 5 יאר טורמע, טראץ די הארבע קלאגעס קעגן אים. דער לעבאנעזער פארשוין פאדי יאסין האט געארבעט מיט א גרופע פריינט צו קויפן וואפנס און רעוואלווערס פון לאקאלע אייאווע וואפן געשעפטן, און דערנאך אראנזשירט אז דאס זאל געשיקט ווערן קיין לבנון, צו ווערן פארקויפט פאר כיזבאלא און אנדערע גרופעס וועלכע זענען אויף דער ליסטע פון דער אמעריקאנער רעגירונג אלס גלאבאלע טעראר ארגאניזאציעס. טראץ די קלארע באווייזן איבער יאסין'ס שטיצע פאר כיזבאלא און די אנדערע טעראר גרופעס, האט ריכטערין ריעד געפונען אלס ריכטיג אים צו פאראורטיילן צו בלויז 4 און אהאלב יאר טורמע, אינדערצייט וואס ביים קעיס פון ר' שלום מרדכי הי"ו, האט זי פארשיקט א טייערן איד, א טאטע פון קינדער און זיידע פון אייניקלעך, צו שמאכטן 27 יאר אין טורמע.

בילד: רובאשקין ריכטערין אומרעכט ווידער ארויסגעשטעלט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל