שווייץ – א זשורנאליסט האט אינטערוויואירט די פרוי וועלכע איז די אייגענטומער פון די פאראדייס אראזא האטעל אין שווייץ, און זי זאגט קלאר אז זי האט גארנישט קעגן אידן, טראץ דעם שטורעם איבער די שילדן וואס זי האט אויפגעהאנגען. דער שטורעם האט זיך אנטוויקלט עטליכע טעג צוריק ווען עס איז ארומגעפארן בילדער פון שילדן וואס זי האט ארויסגעשטעלט צו בעטן אידישע געסט צו נעמען א שויער בעפאר'ן גיין אין שווים באסיין, און אז אידישע געסט קענען נאר נוצן די פרידזשידער אין געוויסע צייטן. די פרוי זאגט אבער אז זי האט בכלל נישט געמיינט קיין שלעכטס, נאר דער שילד ווען די סווימינג פול איז געווען ווייל נאר אידישע געסט גייען אריין מיט קליידער אינעם שווים באסיין און וועגן דעם האט זי זיי געוואלט דערמאנען צו נעמען א שויער בעפאר'ן אריינגיין, און דער שילד וועגן די פרידזשידער איז געווען געצילט טאקע וועגן זי לאזט נאר די אידישע געסט נוצן די פרידזשידער, ווייל זיי ברענגען מיט כשר'ע עסן.

בילד: שווייץ האטעל אייגענטימערין פארענטפערט זיך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל