וואשינגטאן – אין א פרישן פארלוסט פאר דער טראמפ אדמיניסטראציע, האט דער אידישער ביליאנער קארל אייקהאן געמאלדן אז ער האט רעזיגנירט פון זיין פאזיציע אלס א הויפט ראטגעבער פאר פרעזידענט טראמפ. אייקהאן, וועלכער האט געדינט אלס ראטגעבער פאר'ן פרעזידענט אויף אישוס פון עקאנאמישע און ביזנעס רעגולאציעס, האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז פרעזידענט טראמפ האט מסכים געווען מיט זיין באשלוס צו רעזיגנירן, און אז ער האט קיינמאל סייווי נישט געהאט קיין אפיציעלע ראלע אין ווייסן הויז, נאר האט געטאן די ארבעט אלס א סערוויס פאר'ן לאנד און פאר'ן פרעזידענט אנדעם וואס ער זאל באקומען באצאלט אפילו א פעני. אייקהאן׳ס רעזיגנאציע קומט אין א צייט וואס צוויי ביזנעס קאמיטעען פונעם פרעזידענט זענען אויפגעלעזט געווארן אלס רעזולטאט פון דער שארלוטסוויל קאנטראווערסיע, אבער אייקהאן'ס רעזיגנאציע איז צוליב וואס זיין ראלע אין ווייסן הויז האבן געברענגט פראגעס צי ער וועט באאיינפלוסן פרעזידענט טראמפ דורכצופירן אזעלכע פאליסיס וואס טוען דוקא בענעפיטירן זיינע ביזנעסער.

בילד: טראמפ פארלירט נאך א ביליאנער ראטגעבער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל